Jahrgang 
177 (1952) נר. 177 7-טער יאָרגנג
Seite
3
Einzelbild herunterladen

נר. 17

.איקוףיבלעטעוי"

3 טייז‎

פּסח"מעסאזש פון ד"ר משה ראָזען, רב הכולל אין דער ריפירי

הנה אועכי שולח לכס את אליהו הנביא לפני בוא יוה דײ הגדול' והנורא והשיב לב אבות פל בוים ולב בנים על אבותם.(מל?אכי ג" כ"ג)

הנה איך שיס אייך אליהו הנביא,. פאר. רעט אֲנַסוּם פּון גאָטט טאָג דעם גרויסן, דעם פּאָרכ. טיסן, און ער װעט אומקערן רי הערבער פון די עלטערן צו די קינדער און די הערבער פון די קֵיגֹרער צו זייערע עלטערן.

ליבע ברידער און שוועסטער!

מיט נאָטס הילף, גרייטן מיר זיך ווידעה מקב? צו זיין דעם װונדערבאַרן יום-טוב אין וועלכן די נאטור און די מענטשן באזינגען דעם פרילינג פונעם?עבן, וועלכער פימבאָלי זירט דעם טריומף פוז דער שעפערישער ארבעט, קעגן דער צעשטערערישער אָפּגעשטאנענקייט, דעם טאָג אין וועלכן מיר פייערן דעם זיג קעגן דער פאראאנישער טיראניי, אין וועלכן מיר ברענגען צום אויסדרוק אונדזער אומבאה גרעניצטן נלויבן אין דעם מענטשן און אין זיינע אומאויסשעפּלעכע קוואלן פון שעפעריש­קייט און פארשריט, אין וועלכע אונדוער נשמת הילט זיך איין אין א פייערלעכן פרילינגס­קלויד, פול מיט נייע האָפנונגען און מיט געה שטארקטן עלאן.

אין משך פונעם ווינטער פון אונדזער גע שיכטע, ווען דער ווילדער שטורם-וויגט פון שנאה האָט נאָך דראענדיקער געבושעוועט קֶעגן אונדזערע פרידל?עכע היימען, און אונדזערע וועגן זענען פארווייעט געװאָרן, האָט אונרז איין גער דאנס אָנגעווארעמט די הערצער און אונדו גע שטארסט, כדי אונדזערע טריט זאָלן נישט וואק­לען: דער געדאנק, או מיר זענען אויפן וועג צו פּסח, צום טאָג פון באפרייונג.

מיר האָבן געקוקט צום האָריזאָנט װאָס איז געווען נאדעקט מיט שווערע, שווארצע ואָלקן, אונדזערע געפילן האָבן אונדז געװאָרנט אז דער טויט לווערט אויף אונדז אויף יעדן טריט, מיר האָבן געהערט די ווירגעשרייען פון די געפא" לענע, פונדעסטוועגן האָבן מיר געקוקט צו דער צוקונפט, געפינענדיק א טרייסט צו אונ­דזערע ליידן און מארטיריום אין דעם חגי האביב, דעם יום-טוב פון פרילינג, װאָס דער" נענטערט זיך. מיר האָבן דערזען דעם טאָג און וועלכן די געבענטשטע שטראלן פון דער זון פון מענטשן-ליבע וועלן צעשמעלצן די געפרוי­רענע באריערן צווישן די פעלקער, אין וועלכן דאָם פרילינגס-ווינט?, פו? מיט ליבע, ועט פארטרייבן דעם טרויער פון די הערצער, אין וועלֿכן דאָס פריילעכע גערויש פון די פרילינגס­וואסערן וועט צומורמעלן דעם מענטשן דעם ביישפּי? פון שטענדיקן פאַרױיסגיין, װאָס שטעלט מיט זיך פאָר זיין תכלית אויף דער וועלט.

די שטרעבונגען זענען געווען געווענדט צום זמז-חירותינו, צום יום-טוב פון מענטשלעכער פרייחייט, ווען די קנאָספּנדיקע ביימער, די בליענדיקע. גערטנער, די אויפגעאקערטע פעל" דער, דאָס פריילעכע פישטשען פון די פייג?, אלעם ארום אונדז, וועט אויפרופן דעם מענטשן ער זאָל אויך אראָפּווארפן דעם עגאָיסטישן פּעלץ פון זיינע, מיט פּיין און ליידן באלא­רענע אקטלען, און ער זאָל פאָדערן דאָס רעכט צו א פּריי און געבענטשט לעבן.

דער נעפּ? פון ביטערע טרערן האָט נישט געקענט פארשטעלן אונדזער בליק צו דעם חג­המצות, צו דעם יום-טוב פון נישט- געיוירענעם ברויט, אין וועלכן ס'וועט מער נישט זיין קיין לֿחם עוני, קיין ברויט פון ליידן און טרויער, דאָם ברויט פון דעם אָרעמאן, װאָס איז עלנר און קארג, אין וועלכן דאָס טאָג-טעגלעכע ברויט וועט שוין נישט אנטהאלטן סיין שום זויערטייג פון מענטשנהאס, ס'וועט שוין נישט יערן דער ,שאור שבעיסה", קיין שום שנאה, פארזייט צווישן די וואָס ארבעטן, פון די װאָס ווילן נאָר זיך זעטיקן פון דעם לעבנסטיש, אין וועלכן די פייערלעכע הקדמה פונעם סדר? דכפין ייתי ווכול", אלע הונגעריקע זאָלן קומען און עק}, וועט פארבלייבן בלויז א זכר פון אמאָ?, ווייל? עם| וועלן' מער נישט זײַן. קיין. הונ­געריקע; כדי צו קענען פארווירקלעכן די שטרעבונג צו ,,מצה", צו דעם ברויט פאר א" לעמען, האָבן מיר געוווסט אז מיר טארן נישט איין רגע אויפהערן בודק צו זיין אלע ווינקעלעך פון אונדזער שטוב פון סיי וועלכן חמץ, פון סוי וועלכן שפּאלטונגסיעלעמענט צווישן די יעניקע װאָס קנעטן דאָס געבענטשטע טייג פון א נייער וועלט. ו

דער מבשר פון דעם פּסח לעתיד, דער אֶנ­זאָגער פון משיח"ס-צייטן, פון שלום און אוני­ווערסאלער הארמאָניע, דער מעסאזש פון דעם נייעם סדר, איז אליהו הנביא.

אין דער נאכט וועלכע מיר רופן ,ליל שמו­רים", די נאכט פוז אומדערמיד?עכן וואכן קענן יענע װאָס וילן אומקערן די בל?עטלעך פונעם קאלענדער צו דעם ווינטער פון טרויערי­קער דערנידערונג, אין ליל שמורים, אין דער

נאכט פון אָנגשטרענגטן ווארטן פון דערפולונג פון אונדזערע אידעאלן, עפענען מיר ברייט די טירן פון אונדזערע היימען און מיר באגריסן מיט דעם טראדיציאָנעלן ברוך-הבא, דעם טיי­ערן גאסט אליהו הנביא.

פון אלע אונדזערע נביאים וועלכע האָבן איז בערגעלאָזט דער מענטשחייט אומשטערבלעכע ווערק פון געדאנקען און געפיל, וועמענס היי­ליקע פערזן זענען פאר טויזנטער יאָרן געווען דער מאָביליזאטאָרישער רוף צו אלע אונטער" דריקטע, איז פּונקט אליהו, דער יעניקער וואָס האט נישט איבערגעלאָזט דער אייביקייט קיין שום געשריבן ווערק, פונדעסטוועגן די בא" ליבטסטע, די פּֿאָפּולערסטע פינור פון תנ"ך וועלכער איז אזוי רייך אין העלדן. דער פּשוטער ייד פוז אלע דורות זעט אין אליהו דעם הימ­לישן רעטער פון אלע סכנות, דעם פארטיירי­קער פון אלע אומבאשיצטע, דאָס יירישע קינר פארבינדט זיך מיט דער גאָטהייט אויף דעם כסא של אליחו, צו אים זענען געווענדט אונ­דזערע זמירות פון מוצאי שבת צום מענטשן װאָס זאָגט אָן דעם שלום.

אין דער אמתן שטעלט אליהו מיט זיך פאָר, די פאָרבאדינגונג פאר משיח'ס צייטן. ער, דער פאָלקס-מענטש, וועלכער דריקט אויס דעם אויפה ברויז פון צאָרן פון די מאסן קעגן דעם טיראן אחאב, וועלכער שמייסט מוטיק דעם לוקסום און צעלאָזנקייט פון דעם הויף פון מלך יש ראל, וועלכער ל?אָזט זיך נישט כאצווינגען פון קיין שום דראונג, און זאָגט אֶן די קאטאסטראָפע װאָס ווערט געבראכט פון דעם פארעטער פון תורה און פאָלק, שטעלט מיט זיך פאָר די קאמפס-תקופה פארן צעשמעטערן דעם פוילן

בנין פון דער הערשעריוועלט. אליהו האט זיך אויפגעהויבן קעגן די בלאָני

דזנדיקע וועלכע זענען געווען אין דער איז בערגאנגס-יפאזע ,פּוסחים ע? שתי הסעיפים" הינקענדיקע אויף צוויי שוועלן. ער קען נאָר איין וועג: דעם וועג פון פארטיידיקן די אינ­טערעסן פון די מאסן וועלכע קרעפצן אין שרעק­לֿעכער נויט אונטער דעם דרוק פונעם דעפפּאָט. דער זעלביקער אליהו וועלכער איז אומ­ברחמנותדיק אין זיין אָנקלאגע קעגן דער גי" ריקער קעניגן איזב?, שטיצט עקשנותדיק די רעכט פונעם פּױער נבות, העלפט מיט דער גאנצער ווארעמקייט פון זיין נשמה דער אָרעז מער אלמנה פון צרפת.

מיט רעכט איז דערפאר אליהו געוואָרן דער סימבאָ? פון דער פּרעמעסיאנישער עפּאָכע. דער פייערדיקער וואָגן האט דערהויבן אין די הימלען דעם;ויזיאָנער, וועמענס רוף איז געווען א ,קול קורא במדבר" אין צייטן ווען די מאסן זענען נאָך געווען אומטעכטיק און אין וועלכער ער האָט געמוזט מיט ביטערניש פעסטשטעלן ואני נותרתי לבדי" ,איך בין אליין געבליבן" קעננאיבער די 400 פאלשע נביאים, אחאבס מערצענארן.

,אליהו חי הוא"(מועד קטן כ"ו) אליהו לעבט יעדעס יאָר אין דער נאכט פון פּסח, אין וועלכער מיר פּראָקלאמירן דעם ווונטש צו פֿרייהייט און דעם אנטשלום צו פארשנעלערן איר זיג, קומט אליהו צווישן אונדז כדי אונדז צו לערנען מיר זאָלן דערמאנען זיין ביישפּיל און פאָלגן זיין עצה. בּיי דעם סדר וואָס איז געשטאנען אונטער דעם צייכן פון נישט פאר­ענטפערטע קשיות, פון א פארצווייפלטן מה נשתנה, וועלכן מיר האָבן אויסגעשריגן דעמלט ווען מיר האָבן נישט געקענט פארשטיין דעם זין פון אונדזערע ליידן, דערשיינט אליהו מיט זיין ,,תיקו"(תשבי יִתרץ קושיות ואבעיות) די עפּאָכע וועלכע ער שטעלט מיט זיך פאָר וועט ברענגען אן ענטפער אויף אלע פראגן, דו לייזונג פון אלע געהיימנישן.

ליבע ברידער און שוועסטער!

.אליהו כותב מעשי כ? הדורות"(סדר עולם רבה פֿרק יז) אליהו איז דער כראָניקער פון אלע דורות. אין אונדזער דור איז אקטועלער וי סיי ווען די פּערזענלעכקייט פון דעם גרויסן פארגייער פון קאמף קעגן אומרעכט. די מאָ דערנע פּרעה'ס, די הערשער פון די רייכטי­טער פון אמעריקע און ענגלאנד, פרווון צו פארהאל?טן דעם נאטירלעכן פּראָצעס פון דער געשיכטע. דאָס פרילינגס-ווינט? וואָס האָט אי רומגענומען די גאנצע וועלט באקומט זיי נישט. די מענטשהייט געפינט זיך אין זיגרייכן מארש צום טאָג פון פֿרייחייט, צו דער אנטגילטיקער באפרייונג פון אונטער דעם יאָך פונעם עגל­הזהב. אליהו'ס חלום צו צעשטערן די וועל?ט פון רויב איז היינט געװואָרן א רעאליטעט, זיין מעסאזש אין וועלכן ער איז מבשר דעם מאָרגנ­רויט פון א נייער וועלט, פארזייט שוידער צווישן די אחאכס פֿונעם 20-טן יאָרהונדערט און זייערע פאלשע נביאים ,די אידעאָלאָגן" פון מאָרד, פון דושענאָטשיד. ס'איז שוין נישט דאָס קו? פון אן איזאָלירטן בע?-חלומות,! נאָר

ס'ברויזט ארויס פון די הערצער פוז הונדערטער

מיליאָנען מענטשן פון גאָר דער וועלט, וועלכע אונטער דער אָנפירונג פון דעם רומרייכן און אומבאזיגבארן סאָוועטן-פארבאנד קעמפן און ארבעטן כדי צו פארווירקל?עכן די בעסערע און גערעכטערע וועלט.

די חיינטיקע משרתים פון בעל, זעען אין דעם אָפּגאָט פון מלחמה זייער איינציקע רעטונג. זיי זאָגן זיך נישט אָפּ פון קיין שום פארברעכן און פֿרעדיקן דאָס אריינשליידערן די מענטש­הייט אין א נייער ווע?ט-שחיטה. שוין זייט איבער אנדערטהאלב יאר האָבן זי געזייעט ליידן און חורבן אין די שטעט און דערפער פונעם פרידלעכן קאָרײיער פאָלץק. אין דער?עצ­טער צייט האָבן זיי אָנגעהױיבן די שוידערלעכע מאסן-אויפראָטונג דורך דעם באקטעריאלאָגישן קריג. זיי טרעטן מיט די פיס יעטוועדע עלע­מענטארע מענטשלעכע געזעצן און מיט זייער ביישפּילאָזער חוצפּה קעגן דער מאָראל, וועקן זיי די פאראכטונג און דעם צאָרן פון דער גאנצער ציוויליזירטער וועלט. זיי פארסמען די ברן­נעמס, זיי פארשפּרייטן די פּעסט-באצילן, זיי ווארפן אראָפּ אינסעקטן װואָס ברענגען פאר­שיידענע קראנקחייטן. מיינען זיי אפשר אז דער­מיט וועט זיי געלונגען צו דערשטיקן דעם אומ­אָפּהענגיקייטם און פרייהייטסרווילן פון דעם מוטיקן קאָרייער פאָלק? דאָס וועלט-געוויסן וואָס מאָביליזירט זיך קעגן די אויסראָטער פון פרויען, קינדער און זקנים, שטעלט מיט זיך פאָר דאָס אומבאזיגבארע געווער, וועלכעס וועט צעשמעטערן אלע טייוולאָנישע תחבולות פון די פינצטערע כוחות און וועט זיי ווייזן, אז זי האָבן זיך ביטער אָפּגענארט אין זייערע חש. בונות.

כדי צו קענען שאפן א כלייזין פאר פאר­שפּרייטן א קאטאקליזם, זעצן פאָר די מאגנאטן פֿון װאָל-פטריט דאָס ווידעראויפלעבן פון דער נאצי-ארמיי. איינער נאָך דעם אנדערן גייען די קריגס-פארברעכער איבער. פון די תפיסות אין דער שפּיץ פון די נייע מערצענארן-איינ­הייטן. די תלינים פון 6 מיליאָן יידן און פון צענדליקער מיליאָנען זון פון אנדערע פעלקער, באקומען די קאָמאנדע איבער די כאוואָפּנטע דיוויזיעס אין ראמען פון דעם אזוי גערופענעם אטלאנטיקיפּאקט, די רוצחים פון אונדזערע שוועסטער און ברידער שארפן. פונדאָסניי די שווערדן און חלומען אנדערע בלוט-בערער, אנדערע קאלך-אויוונס, אנדערע טויט-וואגאָנס.,

אומבאגרעניצט איז אונדזער ווייטיק אומדערמעסלעך איז אונדזער אויפגעבראכט­קייט ווען מיר באקומען די בשורה אז די היינ­טיקע אָנפירער פון ישראל וואגן צו פירן פאר­האנדלונגען מיט מערב-דייטשלאנד כדי צו בא­קומען די אזויגערופענע, רעפּאראציעם" פאר די אומפארגלייכלעבע פארברעכנס װאָס זענען קעגן אונדז באגאנגען געװאָרן פון דער נאצי­זרמיי,

מיר האָבן געוווסט, אז קעגן דעם פון די פאָלקס-מאסן פון ישראל, האָבן זיי זיך איינגערייט אין דעם ל?אגער פון די, אויף ווע­מענס בערזע מ'האנדלט מיט לעבנס און מען קויפט געוויסנס,

ווער װאָלט זיך אָבער געווען געקענט פאָר­

שטעלן אז אזוי ניך װעלן זיך געפי­נען מענטשן וועלכע פּרעטענדירן אָנצופירן מיט דעם. גורל פון מדינת ישראל, וועלכע זאָלן זיך אועקזעצן בי דעם

זעלבן טיש מיט די אויטאָרן פון די אכזריות קעגן אונדזער פאָלק(? דריקנדיק די פארברע­כערישע האנט כדו צו מאכן דעם מקח, פילן זי נישט אז אויף זייערע הענט קלעפּט זיך אַן דאָס בלוט פון אונדזערע מארטירער?

ביים קבלתיפנים פון היטלערס ,פינאנציעלן כשוף-מאכער", פון דעם ,עקספּערט" פון בא­ראבעווען מיליאָנען יירן איידער מ'האָט זיי אומגעבראכט, פון היאלמאר שאכט, האָבן זיי­ערע אויערן נישט פארנומען דאָס וויי-געשריי פון די טעכטער פון אונדזער פאָלק וועמענס מבעת קידושין, זענען איניינעם מיט די פינגער אָפּגעשניטן געװואָרן איידער מ'האָט זיי אריינ­געװאָרפן אין די קאלך-אויוונס דורך די שלוחים ו| דעם דאָזיקן פינאנציעלן דיקטאטאָר פונעם נאצידרייך?

איניינעם מיטן חשובן רב נוראק, וועלן מיר אויך פרעגן: ,,וויפל איז דאָס ווערט, װאָס פאר א פּרייז האָט מען פיקסירט פאר דעם לעבן פון א קינד װאָם איז אומגעבראכט אין אוֹי. שוויץ?

אין נאמען פון אונדזער הייליקער תורה, אין נאָמען פון אלוהו'ס כאגריפן, וועלכער האָט נישט געקענט קיין געוויסנס-קאָמפּראָמיסן,, אין נאָמען פון אונדזער טויזנטיעריקער עטיק פאר וועלכער א טראָפּן מענטשלעך בלוט וועגט איבער אלע גאָלד-זעק פון דער וועלט, קאנטעס­טירז מיר די דאָזיקע הענדלער דאָם רעכט צו רעדן אין נאָמען. פונעם יידנטום; מיר, ביי וועלכע ס'איז ,אין בית אשר אין שֵם מת",

ביי וועלכע ס'איז נישט. פאראן קיין איין נישט טרויערנדיקע חיים, האָבן נישט צו פארקויפן דעם טייערן אָנדענק פון אונדזערע קדושים, און מיר שטויסן צוריק מיט דער גאנצער ענער­גיע סיי וועלכן פּרווו צו רעהאביליטירן אונ­דזערע תלינים.

די פאָלקס-מאפן פון מדינת ישראל, דערהויבן זיך אויך קעגן דער פּראָפֿאנירונג; די 400 טויזנט חתומות אויפן אפּע? פאר א שלום" פּאקט דריקן אויס דעם ווילן פון דעם פאָלק פון ישרא? צו צעשטערן אלע קריגערישע תח" בולות, צו קעמפן פאר שלום.

ליבע ברידער און שוועסטער,

אליהו וועט אומקערן די הערצער פון די עלטערן צו די קינדער און פון די קינדעך צו זייערע עלטערן".

כדי צו פארשנעלערן דעם אֶנָקום פונעם ,יום-הנדו?", פון דעם גרויסן טאָג פאר דער מענטשחייט, ,,והנורא" און דעם פאָרכטיקן פאר די וועלכע ציטערן פֿארן משפּט פון די פעלקער, דארפן די עלטערן האָבן פארשטענדעניש פאר די נייע אידעאלן פון דער יוגנט, זיי דארפן זיך דערנענטערן צו די הערצער, צום ענטוזיאזם פונעם נייעם דור, וועמען ס'איז אָנפארטרויט די נאָבלע שליחות צו לייגן דעם יסוד פון דער אָרדענונג וועלכע איז אָנגעזאָגט דורך דעם קו? פון דעם פּסחדיקן אורח.

אזוי וי די 5 חכמים פון בני ברק, וועלבע האָבן זיך פארטיפט אין דער גאנצער נאבט פון פּסח און פאהטייטשן יציאת"מצרים, אזוי רופט אייך אויך, ליבע ברידער און שוועסטער, דאָס קו? פון די יונגע תלמידים: ,רבותינו... הגיע זמן קריאת שמע של? שחרית", ס'איז אָנגע­קומען דער מאָמענט פון זון-אויפגאנג, די לאנ­גע נאכט פון שקלאפעריי האָט זיך פארענדיקט, אייערע בליקן זאָלן זיין געווענדט צו דער ליכ­טיקער צוקונפט וועלכע באווייזט זיך אויף דעם האָריזאָנט.

איר האָט די מעגלעכקייט---' די דעמאָקרא­טישע רעגירונג פונעם ל?אנד ניט זי אייך פו?­שטענדיק--- צו רעספּעקטירן אונדזער הייליקע תורה, צו אָרגאניזירן אונדזערע קהלות, צו אונטערשטיצן די תלמוד-תורה'ם,= מקואות, כשרות, בתימדרשים א. א. וו.

ווייזט אייך ארויס ווירדיק פאר דער דאָזיקער ברייטער רעליגיעזער פרייהייט, וועלכע איר האָט נישט גענאָםן קיינמאָ? נישט אין דער פאר­גאנגענקייט פון דער שווארצער רעאקציע, ווייזט אייך ארויס ווירדיק פאר דער לענאלער און מאטעריעלער אונטערשטוצונג וואָם איר בא­קומט פון אונדזער רעזשים און לייגט אויך צו א פּלייצע פאר דער אנטוויקלונג פון די היי­ליקע אינסטיטוציעס; פארבינדט אין דער זעפ­בער צייט ,תורה עם דרך-ארץ", די גייסטיקע פּאסטולאטן מיט די מאטעריעלע ווירקלעכ­קייסן. ארבעט מיט פלייס און ליבע פאר דער קאָנסאָלידירונג פון אונדזער טייער היימלאנד, די ר. ם. ר.ן וויי גאָר אזוי קעמפט איר. קענן די נייע פּרעה'ס וועלכע ווילן אייך בארויבן פון די פרייהייטן, וועלכע ווילן ווידער קענן אייך צעוויקלען דעם שטורם פון שנאה און מאָרד. די וועגן צו אלע טעטיקייטס- און אר­בעטס-געביטן זענען פאר אייך אָפֿן, ניבנדיק אייך די מעגלעכקייט איר. זאָלט זיין נוצלעך דער געזעלשאפט און איר זאָלט האָבן די גרוי= סע סאטיספאקציע צו זיין א ,נהנה מיגיע כפּיו", הנאה צו האָבן פון אייער אייגענער ארבעט,

און איר יונגע צווייגעלעך פון אונדזער אמונח, פֿאָלגט אויך אֵליהו'ס רוף. קערט אום די הער­צער צו אייערע עלטערן, וועלכע לערנען אייך די ווונדערבארע עטיק פון אונדזער הייליקער תורה. אין איר וועט איר געפינען אומאוים­שעפּלעכע קוואלן פון פרישער ענערגיע אין איער קאמף פאר גערעכטיקייט און שלום. פּסח איז מער וי אלע אנדערע,= איער יוםיטוב, חג-הבנים". יעדער פון אייך זאָ? ווערן א נייער אלישע, א תלמיר פונעם גרויסן אליהו, א בויער פון דער וועלט פאר וועלכער ער האָט געקעמפט.

עלטערן און קינדער, אלטע און יונגע, פאר­פלעכט אייערע אָנשטרענגונגען, שטעלט אייערע מוחות און כוחות אין דינסט פון דער ווונדער­כארער זאך פון דער גאנצער אָרנטלעכער מענטשהייט, קעמפט פארן פארווירקלעכן פּון דעם לעצטן שליחות פון אליהו הנביא, לעשות שלום בעולם".

דער אייבערשטער זאָל באגליקן אייער אר­בעט, ער זאָל בענטשן אונדזערע קהלות, ער זאָפֿ שענקען שפע אין אייערע היימען, ער זאָל פעדערן דעם ,יום-הנדו?" אין וועלכן אלע פעלקער וועלן אויסזינגען דעם הל? פון פרייחייט און שלום. אמן.

מיט דער טראדיציאָנעלער ברכה פון חג כשר ושמח!

דר. משה ראָזען

רב הכול? אין דער ר. פ. ר