Jahrgang 
179 (1952) נר. 179 7-טער יאָרגנג
Seite
4
Einzelbild herunterladen

זייט 4

.איקוףיבלעטטר"

דער איבערגעריסענער מסחר מיט אדענאוערן און דער קאצניאמער צווישן די יודענראטניקעס

פֿױיט די ידיעות פֿון א ריי מערב-יאייראָפּע­ישע טעלעגראפן-אגענטורן(,רויטער", ,יוניי­טעד פּרעס", אפּפ א. א.) זענען די האאגער אונטערהאנדלונגען= צווישן די בן-גוריון-שלי­חים מיט די נעאָ-נאציס איבערגעריסן געוואָרן צוליב ,די ערנסטע חלוקי-דעות וועגן דער סוז מע פון די אנטשעדיקונגען".

דער ווייטערדיקער אקט פון דעם שענדלעכן מסחר טיטן בלוט פון די מיליאָנען יידן, ואס זענען בארויבט און אױיסגעשאָכטן געוואָרן ביי דער דירעקטער באטייליקונג פון א ריי אדע­נאוערישע דיפּל?אמאטן, וואָס פארטרעטן דעם באָנער צד--- דארף זיך אפּשפּי?ן, לויט די זעלבע ידיעות, אין 9 פאזעס:

די ערשטע איז פאָרױיסגעזען אין דער צוויי­שער העלפט מאי אין דער פאָרם פון פאר" האנדלונגען צווישן באָן און ,די יידישע ווע?ט­ארואניזאציעס"-- ד. יה. מיט די אמעריקאנע­יאהודים, דעם אזוי גערופענעם דזשואיש קאָ? מיטעט.. מיט נחום גאָלדמאנס ,יידישן וועלט­קאָנגרעס" און ענלעכע ,רעפּרעזענטאנטן" פון יידישע מאסן.

וואָס שייך דער. צווייטער פאזע פון ,,מסחר" צווישן שרת און די אדענאוער-דיפּלאָמאטן זאָל ער זיך אנהויבןנישט פריער ווי אין מיטן יוֹני.

דער איבער צוויי חדשימדיקער איבעררייס אין די האאגער אונטערהאנדלונגען און דאָס צעשפּאלטן זיי אויף צוויי טיילן באווייזן, אז די יודענראטניקעס פילן זיך, ווי אין א הייסן קעסל און רייסן זיך ארום צווישן זיך.

דעם דאָזיקן פאקט מוזן אפילו מודה זיין די ציוניסטישע קרייזן. אזוי, למשל?, טיילט מיט די ציוניסטישע אגענטו! ,יידישע וועלט-נייעס", אִז ,די ישראלידייטשישע געשפּרעכן זענען אי ריין אין א קריטישער פאזע".

אין שייכות דערמיט האָט זיך אין דו מפּא"יש" יודענראטישע קרייזן אָנגעהויבן א וויסטער קאצניאָמער. דער פּאריזער מפּא"ישער אָרגאן ,אונדזער וװואָרט", וועלכער האָט אין גאנצן מיט עטלעכע טעג צוריק געמאָלדן מיט שמחה, אז אין האאג ,זענען דערגרייכט געוואָרן צו­פרידנשטעלנדיקע רעזול?טאטן" פארניסט איצט קראָקאָדיליטרערן, אז ,די דייטשישע שטעלונג מאכט פאקטיש פאר אומנוצ?עך די ווייטערדיקע פארזעצונג פון די געשפּרעכן".

וי זאָגט אן אל?ט יידיש ווערטל: ,פאר­שטונקענע פיש געגעסן און פון דער שטאָט ארויסגעטריבן". די פּראָפּעסיאָנעלע פארעטער האָבן נאָך אפילו די 80 זיל?בערשטיק נישט באקומען.

דער יידן-מערדער דר. קוטשער א מיטגליד אין דער דעלעגאציע אין האאג

דער תליאביִבּער ,קול-העם" ברענגט א טעד לעגראמע פון דער ,,רויטער"-אגענטור, אז דער

היט? קריגס-פארברעכער הדר. קו­טשער, וועלכער טראָגט. א גרויסע. פאראַנט­

וואָרט?עכקייט פארן מאָרד פון מיליאָנען יידן, איז א מיטגליד פון דער באָנער דעלעגאציע אין האאג!

די. צייטונג גיוט אויך איבער, אז מצד דער בן-גוריון-רעגירונג איז נישט ארױיסגעזאָגט. גע­װאָרן קיין שום קעננערשאפט צו פירן דעם

שאכער-מאכער מיט אָט דעם קריגס-פארברע­כער און יידן-מערדער!

אין דער זעלבער צייט האָט אדענאוערס א װאָרטזאָגער אָפּגעגעבן א צינישע דערקלערונג, אז דאָס באָנער אויסערן-מיניסטעריום איז ,נישט" קיין נעסט פון היטלער-מערדער, וועל­כע זענען דאָרט פארטרעטן אין 80 פּראָצענט, נאָר ,,בלויז". אין 68 פּראָצענט.

אט מיט וועמען די בז-נורוונישע האָבן זיך געזעצט צו איין טיש.

שליחים

די יידישע פרויען אין אמעריקע קעגן א שלום מיט די היטלער-יורשים

ניודיאָרק, די פּראָגרעסיווע יידישע פרויען­אָרגאניזאציע אין די פארייניקטע שטאטן א. נ.: עמא ל?אזארום האָט אָנגענומען א באשלום צו

שאפן טויזנטער אונטערשריפטן אויף א פּע­טיציע, װאָס פאראורטיילט די אונטערהאנד­

לונגען מיט דער נאצישער אדענאוער-רעגירונג.

די פּעטיציע שטעמפּ?ט די בן-גוריון-רעגי­רונג און די אזוי גערופענע ,יידישע פירער". וועלכע האנדלען מיטן אש פון די זעקס מיליאָן יירן.

די פּעטיציע לויטעט צווישן אנד.:

.דער ברענענדיקער צאָרן פון יעדן יידישן מענטש וועט נישט דערלאָזן פארקויפן דעם אָנדעוק פון זיין מוטער, פאטער, ברודער אָדער שוועסטער, וועלכע זענען פארפּייניקט געוואָרן דורך די נאציס. די יידישע באפעלקערונג פֿון די פארייניקטע שטאטן, פּונקט וי די יידן פון ישרא? און אנדערע?ענדער, ווילן נישט קיין נאצישע ארמיי, ווילן נישט קיין דריטע וועלֿט-מלחמה."

ראבאי הלל סילווער קעגן די אונטערהאנ­דלונגען מיט דער אדענאוער"רעגירונג

נידיאָרק. ראבאי אבא הל?? סילווער האָט די טעג אָפּגעגעבן אין פלאָרידא א דערקלערונג, אין וועלכער ער האָט אין שארפע ווערטער פֿאראורטיילט דעם שענדלעכן באשלוס פון דער בנסת-מערהייט וועגן פירן די דירעקטע אונטער­האנדלונגען מיט דער נעאָ-נאצישער אדענאוער­רעגירונג.

,די בן-גוריוז-רעגורונג--- האָט ד"ר סילווער

דערקלערט--- האָט געוואָרפן גאזיבאָמבעס און געשפּאלטן די קעפּ פון די דעמאָנסטראנטן, וועלכע זענען געקומען צום כנסת-בנין אויס­דריקן זייער צאָרן און פּראָטעסט, אזוי וי די בריטישע אָקופּאנטן. די אָפֿאזיציע פו"

געם ישראלדיקן פאלק קעגן אָפּמאך מיט דער.

באָנער רעגירונג איז צו שטארק, אז איין פֿארטיי זאָל איר קאָנען אויפצווינגען איר פארעטערישן פּראָגראם."/

פארמשפּט דעם פראגרעסיוון יידישן ארבע­

( עוואק-2!דער אימיגראציעידעפֿארטאמענט הא ארױיפגעטראָגן זיין באשלוס בנוגע דעם לאנגיאָריקן רעהאקטאר פון דער פּראָפאריינישער אַפּטיילונג,. אִין. דעך.., מאָרגן-פרייהייט" פ. יו­דיטש, צו, רעפּאָרְטֵירו אִים פון. לאנד און אייג­סאג מיטן. מאקַארען-געזעץ.

-:8.} ורנטש.איג. שֶגץ- אין אמעריקע זינט

טער"טוער פּ. יודיטש דעפארטירט צו ווערן פון די פארייניקטע שטאטן

9 י., ער האָט דאָ חתונה געהאט און האָט צוויי זין, ואס זענען געבוירן געװואָרן אין רי פארייניקטע שטאטן.

דער באשלום פון אימיגראציע-ידעפֿארטא­מענט צו דעפּאָרטירן דעם ארבעטער-יטוער פ. יודיטש האָט ארויסגערופן אויפגעבראכטקייט און א כוואליע פון פּראָטעסטן און די ארבע­

טער-קרייזן.

נר. 179

אן ערשטעריאפּרילישפּאס

ערב דעם ערשטן אפּרי? האָט דער 19-יערי­קער שילער פון א לאָנדאָגער צייכן-אטעליע וויקטאר מערא באשלאָסן צו מאכן א שפּאס איבער איינעם פון זיינע חברים. ער האָט זיך אוועקגעזעצט ביי א שרייב-מאשין און מיט צוויי פינגער, אדורכלאָזנדיק אותיות און מא" כנדיק גראמאטיקאלישע פעלערן. אָפּגעקלאפּט אויף א בויגן פּאפּיר:

,אטאמישע וויסנשאפט-פאָרשערישע סטאציע אין כארוע?. שטרענג געהיים. נאָכן איבער­לייענען-- פארברענען". דערנאָך האָט ער צום אנגעשריבענעם צוגעגעבן עטלעכע ציפערן, װאָס זענען אים צופעליק איינגעפאלן אין קאָפּ, א כעמישע פארמו? פון שוועב?ליזויער און צוזא­מען מיט שטיקלעך צייכענונגען פון א ווורשט­מאשין האָט ער דאָס אלץ פארקלעפּט אין א פּאקעט. באגעגענענדיק זיין חבר האררי סייב?י, האָט װיקטאָר אים געזאָגט אז ער האָט געפו­נען אויף דער גאס א פּאקעט מיט ,געהיימע דאָקומענטן" און פאָרגעלייגט האררין, ער זאָל אָפּטראָגן דעם פּאקעט אין דער פּאָליציי.

האררי איז אוועק אין דעם נאענטסטן פּאָ­ליציי-קאָמיסאריאט. דער פּֿאליציייבאאמטער, דערוויסנדיק זיך וועגן ואס עס האנדלט זיך און באקענענדיק זיך מיטן אינהאלט פון פֹּא­קעט, האָט געהאלטן א הייסע רעדע: ,,איר האָט דערפולט אייער פליכט!--- האָט ער אויסגע­שריגן,-- און קאָן זיין איר האָט געראטעוועט אונדזער לאנד פון פארלירן וויכטיקע ,,געהיימע דאָקומענטן".

צומאָרגנס האָבן א סך ענגלישע צייטונגען מיטגעטיילט די סענסאציאָנעלע נייעס: ,אויף דער גאס זענען געפונען געוואָרן זייער וויכ­טיקע געהיימע דאָקומענטן און צייכענונגען, וואָס האָבן א שייכות צו די אטאָמישע פאר­שונגען." די צייטונגסדרעפּאָרטערן האָבן זיך א לאָז געטאָן זוכן איינצלהייטן וועגן דעם ,צו­רויבן" די אטאָמישע ,סודות".

אין דער זעלביקער צייט האָט אין אלע אֶפּ­טיילונגען פון דער ענגלישער פּאָליצי און אוױיספאָרשונגס-אמט געהערשט אן אויסערגע­וויינלעכע פּאניק, אין דעם פּאָליציי-קאָמיסא­ריאט זענען געקומען צו לויפן אגענטן פון סקאטלאנד-יארד(ענגלישע קרימינאל"פּאליציי). זיי האָבן געקוקט אויף די ,געהיימע" דאָקו­מענטן, װי א האָן אין ,בני-אדם" און אָפֵנ­הארציק זיך מודה געווען, אז זיי פארשטייען גאָרנישט. זיי האָבן גלייך באשלאָסן ארויס­צורופן עקספּערטן פון פארזאָרגונגס-מיניסטעז ריום, װאָס פירט אָן מיט די ענינים פון אטאָם­ענערגיע.

דער אפיציעלער פאָרשטייער. פון פארזאָר­גונגס-מיניסטעריום איז נישט געפּלעפט געװאָרן און מיט דער גאנצער זיכערקייט דערקלערט: ,די פּאפּירן האָבן א געוויסע שייכות מיט דער אטאָם-ענערגיע".= איבערלייענענדיק די ציי­טונגס-ידיעות, האָט דער קאָנסערוואטיווער דע­פּוטאט אֶר-איווינג גלייך אריינגעטראָגן אן איג­טערפּעלאציע אין פּארלאמענט.

לוט וי ס'איז שוין זינט א צייט איינגע­שטעלט, איז די ידיעה וועגן דער אויסערגע­וויינלֿעכער געשעעניש בליץישנע? איבערגע­שיקט געװאָרן קיין וואשיננטאָן. דאָרט איז מען אריינגעפאלן אין כעס: ,די ענגלישע רעגי­רונג קל?אָגט זיך, אז די פארייניקטע שטאטן ווילן נישט אנטדעקן פאר ענגלאנד די אטאָמי­שע סודות, און דאָ זעט איר, וואלגערן זיך גאָר די סודות אויף די נאסן!"

ווער ווייסט, מיט װאָס די דאָזיקע נגאנצע פּאניק וװאָלט זיך פארענדיקט, ווען נישט די שולדיקע, וועלכע האָבן דערזען, אז די זאך נעמט אָן אזא כאראקטער, וװאָ?טן נישט זיך צוגעאיילט מיט זייערע דערקלערונגען פאר דער

פּאָליציי. גלייכצויטיק האָבן דריי אטאָמישע ספּעצילאסיטן, וועלכע זענען שנעל? ארויסגעד

רופן געוואָרן דורכצופירן אן עקספּערטיזע, גע­נויער אױיסגעפארשט די ,,פארמו?", וועלכע האָט זיך געפונען אין ד' ,דאָקומענטן" און אנ­ערקענט זי אלס פולקאָם אומזיניקע.

אָפּאטעמענדיק לייכטער, האָט דער אינערן­מיניסטער פייף געמאָלדן אין פארלאמענט, אז די גאנצע געשיכטע איז נישט מער וי נאה רישער ערשטן אפּרי?-שפּאס". עטלעכע מינוט האָבן זיך די ווענט פונעם ענגלישן פֿארלא­מענט געטרײסלֿט פונעם געלעכטער פון די דע" פּוטאטן.

פרעגט זיך פונדעסטוועגן: וי אזוי האָט ראָס געקאנט געשען, אז אזא מין וויץ זאָ? ארויס­רופן אן אויסערגעוויינלעכע בהלה אויף ביידע זייטן פון אטל?אנטישן אָקעאן? צעבלאָזנדיק די אומדערהערטע מלחמח-היסטעריע, שטרעבנדיק אָפּצושרעקן די מיליאָנען פּשוטע מענטשן מיט דער אטאָם-יבאָמבע, מיט דער ,געפאר פון אן איבערפאל", ,אטענטאטן" א. א. וו. האָבן די מלחמה-אונטערצינדער זיך קודם"יכל? אליין אי­בערגעשראָקן.

דער שְאָטן פון חסר-דעהדיקן פאָרעסטאל שטייט אומזעבאר הינטער די פּלײיצעס פון די רעד?-פירער פון לאָנדאָן און וואשינגטאָן.

פונעם ישראל ,.גן-עדן"

ישראל-רעגירונג גיט איבער דעם פּעטראָל די אמעריקאנער טרעסטן

תל-אביב(אגערפּרעס). טאסס מעלדעט:

איצט קומען פאָר פארהאנדלונגען צווישן דער ישראל-רעגירונג און שווייצערישע קאפּיטא­לֿוסטן בנוגע דעם אױיספאָרשן די נאפט-גרובנס אין ישראל.

דער ,קו? העם", קאָמענטירנדיק די דאָזיקע ידיעה, באמערקט אז אונטער די פּלייצעס פון די שווייצערישע קאפּיטאליסטן געפונען זיך אין

דער וװירקלֿעכקייט די אמעריקאנער פּעטראָ?­מאננאטן און אז די ישראל-רענירונג האָט שוין געגרייכט צו אן אַפּמאך מיט דער אמעריקאנער געזעלשאפט ,,מיאמי אינקאָרפּאָרייטער" איבערה געבנדיק איר קאָנצעסיעס אין ישרא? אין אוי­סערגעוויינלעכע גינסטיקע באדינגונגען פאר די מאגנאטן פון דעם דאָזיקן טרעסט.

מיט יערן טאָג וואקסט די ארבעטסלאָזיקײט אין ישראל

תל-אביב. 1900 ארבעטער פון דער טעקס-י טיל-פאבריק ,אתא" ווערן ארבעטלאָז צוליבן פעלן פוז רוי-מאטעריאלן.

אין די באן-ווארשטאטן ,קישון" זענען רע"

דוצירט געװאָרן 80 ארבעטער וואָס ארבעטן שוין דאָרט צו 8--4 יאָר.

אין דער גרויסער בעקעריי ,דגניה" אין נחלת-יצחק זענען אָפּגעזאָגט געװואָרן 50 פּראָ" צענט פון די באשעפטיקטע ארבעטער.

צוזאמענשטויסן צווישן ישראלישע און עגיפּטישע טרופעס

תל-אביב(אגערפֿרעס).--- פראנט פּרעס מעלדעט: אז נוט ווייט פון גאזא זענען מאָנטיק פארגעקומען אינצידענטן צווישן ישראלישע

און עגיפּטישע טרופּעס. א ישראלישער סאָלדאט איז געהרגעט געוואָרן.

העכערונג פון באן-טאריפן. אין ישראל

תל-אניב(אגערפּרעס).--- טאסס מעלדעט: אָנגעהויבן פונעם 6יטן אפּריל, זענעץ אין ישרא? געהעכערט געוװואָרן די באן-טאריפן. די

טאריפן ביי די פּאסאזשיר-צוגן זענען געשטיגן מיט 25 פּראָצענט און די לאסט-צוגן מיט 60 פּראצענט.

די קאָמוניסטישע פּארטיי פון ישראל פאָדערט פולע רעכט פאר דער אראבישער באפעלקערונג

תלהאביב. אויף דער לעצטער כנסתזזיצונג האָט זיך אנטוויקלט א שארפע דעבאטע ארום דעם געזעץ וועגן בירגער-רעכט. דער געזעין" פּראיעקט פון דער רענירונג אין דער דאָזיקער פראגע כשרט אָפּיציע? די פארפאָלגונגען און

דיסקרימינאציעם לגבי דער אראבישער באפעל­קערונג.

די כנסתיפראקציעם פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי פון ישרא?(מק"י) און פון מפּ"ם זע­

נען געמיינזאם ארויסגעטרעטן פאר געבן אלע.

בירגערירעכט דער אראבישער באפעלקערונג.

( 8

שיטיז!

- פאלי;זאפישער צענטער נר. 8-- אינדוסטריעלע מלוכה-אונטערנעמונג.

זאזפ חס סאן קסמפזאז-- 3 זא 201:1888/16 תטאזאםס

זא