Jahrgang 
186 (1952) נר. 186 7-טער יאָרגנג
Seite
3
Einzelbild herunterladen

וי

טורנע מיטן ספּעקטאקל..געזאנג פאר שלוםי

אין משך פון זיין טורנע אין חודש מאי, האט דער יאסער יידישער מלוכה-טעאטער באז זובט 20 שטעט, ווו ער האָט געגעבן 28 ספּעק­טאקלען פאר 7.000 צושויער פון ארבעט­מענטשן.

דער אינהאלט פון דעם עסטראדע-ספּעק­טאקל ,געזאנג פאר שלום" איז פארשידנארטיק און העלפט אויס דער יידישער ארבעטנריקער באפעלקערונג זיך צו אָריענטירן אין די פארשו­

דענע פּראָבלעמען פונעם נייעם לעבן אין אונ­דזער לאנדפֿאון אין די היינטצייטיקע רעאלי­

טעטן פון דער וועלט,

די ארטיקע יידישע דעמאָקראטישע קאָמי­טעטן האָבן באגעגנט מיט ליבע און באגייס­טערונג און האָבן פּאָפּולאריזירט= אונדזער ספּעקטאקלען צווישן דער יידישער ארבעטנדיקער באפעלקערונג.

די צושויער האָבן זיך באצויגן מיט בא" גייפטערונג צום געזאנג פאר שלום און סאָצי­אליזם װאָס ציט זיך וי א רויטער פאדעם איכבערן גאנצן עסטראדעיפפּעקטאק?, געזאנג פאר שלום". זי האָבן די אימפּעריאליסטישע העצעס און פּראָװואָקאציעס קעגן שֵלום, זיי האבן אויסגעדריקט זייער רע­װאָלט קעגן די בארבארישע מעטאָדעס װאָס רי

אמעריקאנער אָקופּאגטן נוצן אויס קעגן דעם

יע ,

קארייער פאָלק, קעגן די נעגערם פון די פאר­אייניקטע שטאטן, קעגן די פעלקער פון די קאָלאָניעס און פון די מארשאליזירטע לענדער.

די ארבעטימענטשן האָבן אויסגעדריקט זיי­ער סאלידאריטעט מיט די העלדישע קאָרייער, מיט די כינעזישע פרייוויליקע און מיט אלע אונטערדריקטע פעלקער פונעם ברוטאלן אימ­פּעריאליזם פונעם אמעריקאנער קאפּיטא? און פון זיינע משרתים,

די סצענעס וועלכע דעמאסקירן דאָס שותפות צווישן בןגוריונס דאלאריזירטער רעגירונג און ארענאוערס נעאָ-נאציסטן, ווי אויך די וואקסנ­דיקע מיזעריע פון די ארבעטער-מאסן פון יש­ראל, האָבן ארויסגערופן אַ שטארקן רעוואָלט ביי די ארמעט-מענטשן.

דער דערפאָלג װאָס ס'האָבן ארויסגערופן די סאָוועטישע לידער איז אן אויסררוק פון גרויסער ליבע פונעם ארבעטנדיקן פאָלק פארן סאָוועטן-פארבאנד.

די ווארעמקייט מיט וועלכער עס זענען אוים­גענעמען געוואָרן די יירישע, רומענישע און סאָ­וועטישע פאָלקסיטענץ, האָבן ארויסגעוויזן די הייסע געפילן פון פעלקער-פארברידערונג מיט וועלכער עס זענען באזעלט די ארבעטימענטשן פון אונדזער לאנד.

אין אייניקע שטעט(למשל אין: בראילא, גאלאץ, וואטרא דאָרניי, בערלאד און פאשקאן) זענען די ספּעקטאקלען כאזוכט געוװואָרן פון א באדייטנדיקער צאָל רומענישע ארבעטער, וועל­כע האָבן מיט גרויס אינטערעס נאָכגעפאלגט די רעאליזירונגען פונעם יירישן טעאטער אין אונדזער לאנד.

אונדזער קאָלעקטיוו איז כבייגעשטאנען. די שוועריקייטן ואס זענען אונטערגעקומען אויפן וועג.

אין אייניקע שטעט האָט ער באוויזן בא­

זוגערערע איבערגעגעבנקייט. אזוי למשל, אין

סוטשעאווא, נאָך דעם וואָס די טעכניקער האָבן געארבעט א גאנצן טאָג ביים איינאָררנען דעב גאָרטן, איז אָנגעקומען א שלאקסירעגן װאָס האָט פארפלייצט די בִינע. אונדזערע חברים האָבן אלץ איבערגעפירט אויף דער בינע פונעם קינא, נישט זשאלעוונדיק קיין אָנשטרענגונגען. דער עולם האט אָפּגעשעצט די מי פון אונדזערע חברים און האָט אויסגעווארט מיט געדולך ביז 11 א זייגער ביינאכט ווען דער ספּעקטאקל האָט אָנגעהויבן און האָט לעבהאפטיק אפּלאָ­דירט.

דער טעאטערדקאָלעקטיוו האָט אויך נישט פארנאכלייסיקט די פּאָליטישע און די קינסט­לערישע ארבעט בעתן טורנע. דער קינסטלעך­קאָלעקטיוו האָט זיך באטייליקט אין 9 קינסט­לערישע מאניפעסטאציעס דיפוזירטע דורך די אַרטיקע ראדוא-אמפּליפיקאטארס. די זקנים פונעם אזיל, פון וואסלוי, האָבן אויך דאָסמאָפ געווארט מיט אומגעדולד אויף אונדזער טורנע, װאָרעם ביי יעדן טורנע פירן מיר פאר זיי אויס א קינסטלערישן פּראָגראם. זייער עמאָ­צואָנירט האָבן, די אלטע לייט ווארעם געדאנקט אונדזערע חברים.

דער קאָלעקטיוו האָט געמאכט 6 פּראָבן מיטן אוינאקטער ,דער האנד?" פון 5, און י. בערקאוויטש, ואס דארף געשפּילט צוזאמען מיט 2 איינאקטערס פון שלום ע

אין א סך שטעט(ווי למשל;: אין סוטשעא­ווא, ראָמאן, באקוו, בוהוש) האָבן מיר געהאט באגעגענישן מיט דראמאטישע קרייזן פון אמא­טארן ביים יידישן דעמאָקראטישן קאמיטעט און ,איקוףס" אייניקע פון חי אמאטאָרן האָבן ארויסגעוויזן ביגע-פעיקייטן און וילן ווערן פּראָפּעסיאָגעלע אקטיאָרן. עס שטעלט זיך די פראגע פון געפונען פינאנציעלע מיטלען כרי זוי איינצורייען אין טעאטער.

באזוכנדיק די שטעט מיט הפסקות פון עט­לעכע חדשים, האָב איך באמערקט באדייטנדיקע ענדערונגען אין זייער אויסזען. סיי די נייץ קולטור-היים-. געאָרניו-רעזש"? פון נאלאין, סיי דער ניער פארק נעבן דעם באנהויף פון טעקוטש, איבעראל? באגעגענען מיר נייע קאנ­סטרוקציעס. פון שלום, וועלכע באגייסטערן אונדז און רופן אונדז צון א שטארקערער' און רויכערער אקטיוויטעט אין דינסט פון פאָלק, פון שלום און פון סאָציאליזם, וועגן אויפבלי פון אונדזער טייער היומלאנד--- די רומענישע פאַלקסדרעפּובליק,

איזאָ שאכיראָ דירעקטאָר פונעם יידושן מלוכח-טעאטער---יאס

קולטור-קינסטלערישע מאניפעסטאציעס

בוקארעשט

זונטיק דעם 1יטן יוני, איז פאָרגעקומען אין גאָרטן פונעם בוקארעשטער ,,איקוף" א גרויסע מאניפעסטאציע אונטערן צייכן פון פריינטשאסט און פארברירערונג צווישן רומענישן פאָלק און די נאציאָנאלע מינדערהייטן.

חבר א. שפּיגלבלאט האָט דערעפנט דעם אָוונט מיט אן אויפרוף צו די ארבעט-ימענטשן וועלכע זענען אָנוועזנד געווען ביי דער מאני­פעסטאציע, צו פּראָטעסטירן קעגן די פארברע­כערישע פארהאנדלונגען װאָס די ישראל-רעגי­דונג פירט מיט די נאציסטן פון באָן.

אין דעם קינסטלערישן פּראגראם האָבן אָנ­טייל גענומען קינסטלערישע עקיפּעס פון דער ,קאסא סקענטעיעי", פון גריכישן דעמאָקרא­טישן קאמיטעט, פון אונגארישן פאָלקסיפאר­באנד און סאליסטן פונעם בוקארעשטער פאלקס­כאר ,,איקוף".

דער פּראָגראם איז באשטאנען פון יידישע, רומענישע, סאָוועטישע אונגארישע און גריכישע לידער און טענץ.

דאָס פּובליקום האָט אויפגענומען דעם פּראָ­גראם מיט גרויס באגייסטערונג.

באקוי

צום 86יטן יאָרצייט פון שלום-עליכם, האָט דער אָרטיקער ,,איקוף" אָרגאניזירט א ליטע­רארישן סימפּאָזיאָן.

חבר דר.?. לאזארעוו האָט גערערט וועגן שלום-עליכם און דער קלאסן-קאמף", אונטער­שטרייכנדיק די סאָציאלע= װירערשפּרוכן פון דער קאפּיטאליסטישער געזעלשאפט בכל?ל ווי אויך די פארשידענע רעוואָלוציאָגערע העלדן אין שלום-עליכמס ווערק,

חבר יונה ווייסבוך האָט גערעדט א. ר. ט., שלום עליכם דער מענטש און דער שרייבער" און האָט ארויסגעהויבן אייניקע כאראקטע­ריסטישע מאָמענטן פון שלום-עליכמס לעבן און

שאפן.,

חבר גחמן בראווערמאן האָט רעפערירט וועגן שלום-עליכם דער דראמאטורג" ברענגענדיק בוישפּילן פונעם שרייבערס דראמאטישע ווערק.

ביים קינסטלערישן טיי? האָבן מיטגעווירקט די חברים: מאיר קאץ, פריץ בראון און לאזער קארנאטשיו, וועלכע האָבן געלייענט און רע­ציטירט פון שלום-עליכמס ווערק,

די חברים סוריקא. קראוז און פריץ בראון האָבן געזונגען יידישע און סאָוועטישע פאָלקס­לירער.

עס זענען אָנוועזנד געווען 400 יידישע אר­בעט-מענטשן.

* אויסגעלייטערט. צוגעקוקט

-אוקוףיבלעטטר"

דער יידישער מלוכה-טעאטער פון יאס. אין|

חורבן ווארשע

(המשך)

איז ווען די גזרה האָט זיך באוויזן אויף די מויערן האָט געקאָנט ארום 6 אזייגער פארנאכט. גיין אין גאס האָט מען געמעגט נאָר ביז 9 אין אָונט. פאר 85 אינדערפריו האָט מען זיך אויך נישט געטאָרט באווייזן און גאס = איז ווען זאָל מען זיך ארויסציען) און וווחין זאָל מען זיך ציען? מען דארף עפּעס מיטנעמען אויך: א קישן, א העמד... א ברויט... און וואָס טוט מען מים די רעשט זאכן? אָנ­געהאָרעוועט א לעבן און איצט איבערלאָזן אלץ אויף הפקךר?!!

די גרעסטע שרפה מאכט נישט אֶן אזא

רבן, אזא פארוויסטונג, וי ס'האָט אָנגעמאכט דאָזיקע שווארצע גזרח. אויב איך ווע? זאָגן, אז די מענטשן זענען לד געװאָרן, וועט עס זיין צו שוואך געזאָגט. ערגער וי חיות זענען זיי געוואָרן, ערגער, וי משוגענע קעץ. א זון האָט געשאָלטן און געשלאָגן א טאטן, א מאמע האָט גע­װאָרפן איר קינד פון פענצטער, איר אויסגע­טראָגן און אויסגעוויינט קינד. און אליין זיך מיטגעוואָרפן. איינער ביים אנדערן האָט גע­רויבט. איינער דעם אנדערן האָט געוואָלט אומ­ברענגען. מען האָט געלאָזט ליגן קראנקע קינ­דער און מען איז אנטלאָפן. מען האָט געלאָזט ליגן גוססדיקע מאמעם און מען איז אנטלאָפן קינדער האָבן געברענגט סם פאר זייערע אייגענע אלטע טאטע-ימאמע,= די טאטע-ימאמע זענען דאנקבאר געווען די קינדער, וי מען איז דאנק. באר פאר דער טייערסטער מתנה.

יעדער איינער האָט עפּעס געוװאָלט מיט­נעמען, מיטכאפּן. און. ואס מער מען האָט גע­װאָלט כאפּן, מער האָט מען איבערגעלאָזט, מען האָט אלץ איבערגעלאָזט: שווערע פּראצע און ביטערן שווייס, װאָס מען האָט אויסגע­האָרעוועט אין פארלויף פון צענדליקער יאָרן, און אפשר גאָך פון הונדערטער יאָרן. יעדעס

זיין

חו 7

ױ 0

ײ

,

ויפ

חפץ, יעדער קלייניקייט אין שטוב איז געווען טייער.'האָט דערמאָנט אין זיידעס, אין טא"

טעס, אין דורות גאנצע, װואָס האָבן געהאט דאָס מזל א ביס? אנדערש צו לעבן.

ביז 9 אזייגער אין אָוונט איז נאָך פארבלובן אֹ שעה אנדערהאלבן: מען האָט נאָך געקענט עפּעס אפּראטעווען. אָבער די מענטשן האָבן

שוין גענומען לויפן-- וווהין? דערוויי? אין גרויסן געטאָ אריין: צו קרובים, צו באקאָנטע, גאט אין פרעמדע הייזער אריין, איבערצו.

נעכטיקן אין הויף, אויף די שטיגן, אין טויער. מחנות מענטשן מיט משוגענע אויגן, מיט ווילדע פּנימער זענען געלאָפן, וי אונטערגע­צונדענע, וי געיאָגטע פון א פינצטערע מנפה. איז דאָס אלץ נאָך קנאפּ געווען. די היטלע­ריסטישע הינט האָבן נישט פארגינען די יידן זאָלן גלאט אזוי לויפן. דאָס װאָס זיי האָבן איבערגעלאָזט דאָס גאנצע האָב און נוטם= דאָם איז גאָרנושט. אזוי גרינג וועט זיי דאָס לויפן נישט אָנקומען. מען דארף זיי ווייזן, די פארשאָלטענע יידן, וי אזוי צו לויפן.' האָט זיך פון איין זייט אָנגעהויבן א שי­סעריי אויף די לויפנדיקע און פון דער צווייטער זייט א װילֿד געיעג. ווער ס'איז נישט געפאלן פון דער היטלעריסטישער קוי?, דער איז גע­כאפּט געװאָרן אויפן אומשלאג-פּלאץ. די ילֿלֿות און די קלאָגן זענען געגאנגען עד לב השמים. די הימלען האָבן געשוויגן און וי אויף?הכעים זיך, װי אזוי מענטשן, אין געשטאלט פון ווילדע חיות יאָנן און שיסן אויף אנדערע מענטשן, אומשולריקע, געטריבענע פון פּיין, פון שרעק, פון משוגעח. די קוי? איז בלינד, זי לויפט און טרעפט, האלט א מאמע א קינד--- פאלט די מאמץ אוז דאָס קינד קלאָגט א יעמערלעכע קלאָג. אט פאלט א קינד און די מאמע ווערט נישט משוגע און לויפט ווייטער. א טאָכטער לאָזט איבער א דערשאָסענעם טאטן און ול רא­טעווען איר אייגן לעבן. א מאן ווי? ראטעווען

1235 22255551 5202 2402 5225 22892 2 202 0252 9955 9202 290092209955922255926 סע 95 2920 טסע

דער יידישער מלוכה-טעאטער פון בוקארעשט אין טורנע

י מיט דער פּיעסע

ואויסלייטערונג" יו פא איסאק

און דעם ספּעקטאק? מיט געזאנג און טענץ

.-דאס פאלק זינגטי'

פרייטיק/ 18/-- באָטאָשאן שבת 4=ח||-- סוטשעאווא מונטיק= 16/||-- דאָרנא רינסטיק 17 י ,,‏-- קימפּולונג

א ווייב און דער לעצטער מינוט גיט ער א מאך מיט דער האנט און לויפט. אזוי טוט אויף א ווייב, אזוי טוט אויך א שוועסטער, א ברודער--- ס'איז הפקר געוואָרן דאָס איי­גענע בלוט, מכל שכן דאָס בלוט פון א שכן, פון א פריינט, און אוודאי פון א פרעמדן,

ביי דער געלעגנהייט זאָל דאָ דערציילט ווערן וועגן איין געשעעגיש, װאָס פון איין זייט ווערט דערפון דאָס בלוט פארקילט אין די אָדערן און פון דער אנדערער זייט איז עס א שטיקל טרייסט, אז דאָם פּינטעלע מענטש איז נאָך נישט ביי אלעמען אױסגעלאָשן געווארן.

אויף שעננע גאס נה. 16, אויף איינער פון די גאסן אין קליינעם געטאָ, האָט זיך געפונען א ותומים-הויז, אָנגעפוהט פון באקאנטן פּוֹי לישן שריפטשטעלער יאנוש קאָרטשאק.

יאנוש קאָרטשאק(א ייד,-- זיין אמתדיקער נאָמען איז-- גאָלדשמידט) אליין א מעדיצי­נער האָט זיין גאנץ לעבן געווידמעט דער דער­ציונג פון קינדער. ער האָט געשריבן פּרעכטיקע ביכער וועגן קינדער און פאר קינרער. ער האָט געהיילט קינדער און איז אויך געווען דער גייס­טיקער מנחיג פון יתומים-קויז אויף קראָכ­מאלנע, וואָס האָט געשמט נישט בלויז אין ווארשע, נאָר אין גאנץ פּוילן,

אויפשרייבן די ווונדערלעכע לעבנסיגעשיכטע פון יאנוש קאָרטשאק, פון דאָזיקן איידעלן מאן און פּרעכטיקן שרויבער, װאָלט באדארפט פאר­נעמען א גאנץ בוך. נישט דאָ איז דאָס אָרט און נישט איצט איז די צייט. איך וי בלויז דערמאָנען, אז אין די גרעסטע געפארן, ווען ס'האָט אים פּערזענלעך געדראָט אומקום פון די דייטשושע הינט; האָט ער זיין יתומים-הויז נישט פארלאזט און געבליבן מיט די קינדער,

ווען היטלער ימח שמו וזכרו, האט איינגע­פירט אין ווארשע א נעטא, איז קאָרטשאקם ותומים-הויז איבערגעטראָגן געוװואָרן אויף שענ­נע 16. דאָ האָט ער ווייטער געפירט זיין שיינע ארבעט און דאָ איז ער אויך געפאלן צוזאמען מיט די קינדער.

אן ערך פון צוויי הונדערט קינדער, קיילעב­דיקע יתומים,האָבן זיך ערצויגן אין דאָזיקן הויז. ווארשע האָט געהונגערט, אָבער קאָרטשאק האָט פאר זיינע קינדער געקרוגן שפּייז פון אונ­טער דער ערד. זי זענען געווען געצוואָגן און געוואשן, ריין אָנגעטאָן, געגעסן צו דער זעט, געשלאָפן אויף ריינע געלעגערס, און פּונקט, ווו אלע ייִדן-- גערעכנט אז מען וועט דעם משוגענעם דייטשישן הונט איבערלעבן און זעען זיין וויסטע מפּלה.

איז געפאלן דער פינצטערער גזר וועגן א" רויסשיקן אלע יידן פון ווארשע, און די ערשטע קרבנות זענען געווען די אומשולדיקסטע פון אלע אומשולדיקע, די קינדער.

יאנוש קָאָרטשאק האָט זיך אויף דעם אום­גליק געריכט. עס זענען אָנגעקומען ידיעות פון אנדערע קונדער-אינטערנאטן, ווו מען האָט אויסגערוימט אלע קינדער און אָן השגחה, אָן טאטן און אַן מאמען-- אן א ביס? וואסער און אָן* שטיקל? ברויט--- אוועקגעפירט אויפן אומשלאגיפּלאץ און פון דאָרט צום טויט. אלע קינדער זענען אויפן וועג(מען ווייזט אָן אויף דעם שטראָף-לאגער= טרעבלינקע) אומגע­ברענגט געװאָרן דורך פארסמען מיט גאזן, אָדער דורכן עלעקטרישן שטראָם.

יאנוש קאָרטשאק האָט זיינע צוויי הונדערט קינדער נישט געוואָלט איבערלאָזן אויף הפקר. ער האָט זיך אויך נישט באהאלטן, אָדער אנט­לאָפן, ווו ס'האָבן געטון אנדערע פירער פון די קינדער-אינטערנאטן. מיט א טאָג צי מיט צוווי טעג פריער, איידער די ב?אקאדע אויף שעננע 16 האָט זיך אָנגעהויבן, האָט ער גע­הייסן אלע קינדער, זיי זאלן זיך ארומוואשן פון קאָפּ ביז פיס, אָנטוען קלאָרע יאקעלעך און העמדלעך. יעדער קינד האָט געהאט א טאָר­בעלע אויף ברויט און א פלעשל וואסער.

(המשוך קוֹמט)

0

2

מיטװאָך // 18 יוני-- ראדעוויץ דאָנערשטיק 19"-- בורדוושען 4 פרייטיק 0== ראמאן

שבת 1"=-- באקוי: