-+
8.סא
.0 ז2081610 8 6/816ח16)
דטער יאָרגאנג
;/
;|
נוחטו}21766 11ז008זק חזז0!מ0ס 6)ס ת} 186143ק. 066818ק. 1488
פּרייז באן 25:3!ט}6ז2
בש טור
געזעלשאפטלעך-ליטערארישער זשורנאל-- דערשיינט אונטער דער רעדאקציע פון א קאָמיטעט
א8םזטעם-חטאו
.5 ושאט 65858טסאסס 8טפ 89885 אואעצ וע:טע
2 יאָר אמעריקאנער אגרעסיע אי
יהייגט 2 יאָר, זענען די אמעריקאנער אימפּעדיאליסטן באפאלן קאָרייע. זיי האָבן געמיינט אז דאָס קאָרייער פאָלק וועט פאלן אויף די קני און נעמען אויפן האלדז דעם אימפּעריאליסטישן יאָך. די אמעריקאנער אימפּעריאליסטן האָבן געמיינט אז זיי וועלן זיין די הערשער איבער דער קאָרייער ערד פארוואנדלענדיק זי אין א סטראטעגישע באזע קעגן סאָוועטן-פארבאנר און קעגן דער פאָלקס-ידעמאָקראטישער כינעזישער רעפּובליק.
זייער חשבון האָט זיך אָבער ארויסגעוויזן א פאלשער. דאָס קאָרײיער פאָלק ווי? נישט זיין פארשקלאפט צו קיין שום אימפּעריאליסטישע באלעבאטים. עס האָט נישט געהאָלפן אפילן דאָם פארמאסקירן די אימפּעריאליסטישע אנרעסיע מיט דער פאָן פון אָנו. דאָס קארײיער פאָלק פאָדערט, אז די אימפּעריאליסטישע פארכאפּערס זאָלן זיך אהיימגיין פון קאָרייע.
כדי ארויפצוצווינגען זייער הערשאפט האָבן די אמעריקאנער אימפּעריאליסטן באנוצט. אזעלבע מעטאָדן ואס זענען פּאסיק צו די נאָכפאָלגערס פון די נאצים: זיי האָבן פארברענט גאנצע שטעט און דערפער מיט נאפאלם-באָטבעס. זיי האָבן אױיסגעשאָכטן אלטע= לייט, -פרויען און אומשולדיקע קינדער. זיי האָבן געמיינט אז אזוי וועט זיי געלונגען בייגן דאָס קארייער פאָלק. נאָר דאָ האָכן זיי זיך נאָבאמאָל טועה געווען.
דער גערעכטער קאמף פונעם קאָרײיער פאָלק האָט אויפגעוועקט סאלידאריטעט-געפילן פון אלע אָרנטלעכע מענטשן פון דער וועלֿט. די פעלקער פון סאָוועטן-פארבאנד און פון די פֿאָלקס-דעמאָקראטישע לענדער האָבן אויסנעדריקט זייער סאָלידאריטעט מיטן קאמף פונעם קאָרייער פאלק שיקנדיק הילף אין קליידער, אלימענטן, מעדיקאמענטן און אפילו מעדיצינישן פּערסאָנאל.
צו הילף דעם קאָרייעשן פאלק זענען געקומען ויזנטער כינעזישע פרייוויליקע װאָס ווילן נישט אז אין זייער שכינות זאָל איינגעפירט ווערן
דער ,,אמעריקאנער לעבנסשטייגער" ואס האָט.
ארויסגעוויזן זיין אמתן פּרצוף דורך די בעסטיאליטעטן קעגן דעם קאַּרײעשן פּאֲלֵק.
וועגן די אמעריקאנער בארבאריזמען אין קאָרייע האָבן ראפּאָרטירט א דעלעגאציע פון די דעמאָקראטישע פרויען, א דעלעגאציע פון די
דעמאָקראטישע יוריסטן א. א. וו.
זעענדיק אז די מאָלדאטן האָבן חשק צו פארגיסן זייער בלוט אין נאָמען פונעם ,,הייליקן" װאָל-סטריט, זענען די אמעריקאנער געגאנגען ווייטער מיט זייערע פארברעכן. זי האָבן אויף דער קאָריער ערד באנוצט באקטעריאָלאָגישע וואָפן, א זאך װאָס אפילו די דייטשע גאציסטן האָבן נישט געוואנט צו טון. אבער נישט די נאפּאלם-יבאָמבע אוּן נישט די באקטעריאָלאָגישע וואָפן האָבן נישט געקאָנט ארויסהעלפן די אמעריקאנער אימפּעריאליסטן פון דער בלאָטע אין וועלכער זיי זענען אריין אין קאָרייע.
עס האָט זיך זיי געחלומט ווען זי האָבן אֶנעהויבן די אנרעסיע אין קאָרייע, אז אין א ורצער צייט וועלן זיי פארענריקן זי מיט א געהויבענעם פּרעסטיזש. דערפון האָט זיך אָבער אױסגעלאָזט א בוידעם. דער פּרעסטיזש פון די אמעריקאנער אימפּעריאליסטן איז שטארק נעפאלן אלס רעזולטאט פון זייערע מפּלות. אין קאָרייע. עס איז קלאָר געווארן פאר אלע פעפקער אז דער כוח פון די אמעריקאנער אימפּעריאליסטן איז נישט אזוי גרויס, וי די אמעריקאנער פּראָפּאגאנדע האָט אים אויפגעבלאָזן. דאָס האָט זיך ארויסגעוויזן ביי דער לעצטע
סעסיע פון דער אלגעמיינער פארזאטלונג פונעם
נישט קיין
: גֹ קִ
1
אֶנו, ווען א סך מֶער דעלעגאציעס האָבן שוין
אדמינ.: קאלעא מאָשילאָר, 995. טעל. 8.69.64 4..161 93 ,1101פס!/ 08168): 8 1}- 4 8
ניט געשטימט, וי פריער, אזוי וי די אמעריקאנער אימפּעריאליסטן האָבן געוואָלט.
כדי צו מאביליזירן אלץ מער סאָלדאטן פאר די אימעפּריאליסטישע אינטערעסן האָבן די אמעריקאנער קאניבאלן געוואָלט צווינגען די קאָרייער און כינעזישע קריגס-געפאנגענע זיי זאָלן ווערן אמעריקאנער ,פֿרייוויליקע" סאָל?דאטן. די קאָריער אוֹן כינעזישע קרינסז געפאנגענע ווילן אָבער נישט ווערן קיין קעמפער פאר די אינטערעסן פון זייערע שונאים. האָבן די אמעריקאנער קאניבאלן אטאקירט די אומבאוואָפּנטע קריגס-געפאנגענע מיט טאנקן, מיט פּאראשוטיסטן, ממש וי מען גייט קעגן א באוואָפּנטן שונא. דאָס האָט נאך מער ארויסגערופן דעם צאָרן פון אלע אָרנטלעכע מענטשי פון דער וועלט ווייל דאָס האָט נאָכאמאָ? באוויזן דעם נידערטרעכטיקן פּרצוף פון די אמעריקאנער אימפּעריאליסטן.
כרי צו דערגענצן דאָס בילד איז איצט געקומען דער קאָנפליקט צווישן דעם משרת פון די אמעריקאנער, לי סין מאן און די אנדערע ניט ווינציקער קאָמפּראָמיטירטע משרתים פון די אמעריקאנער אימפּעריאליסטן. דאָס האָט שוין קלאָר געמאכט פאר יעדן אָרנטלעכן מענטשן ואס האָט נאָך אפשר נאיוו געגלייבט אז די אמעריקאנער פארטיידיקן טאקע א ,דעמאָקראטישן" רעזשיםֿ אין קאָרייע, אז זיי פארטיידיקן אין דער אמתן א קאָרופּטן רעזשים.
2 יאֶר נאָכן פארברעכערישן אָנפא? פון די אמעריקאנער אימפּעריאליסטן איבערן קאָרױיער פאלק איז די לאגע פון די אימפּעריאליסטן א פיל ערגערע וי זי איז געווען אין אָנפאנג. עס וואקסט אלץ מער די אָפּאָזיציע קעגן זייערע נידערטרעכטיקע טאטן אין קאָרייע נישט נאָר צווישן דער באפעלקערונג פון אנדערע לענדער נאָר אויך אין ד! רייען פונעם אמעריקאנער פאָלק.
דער פּרעסטיזש פון די פארייניקטע שטאטן האלט אין איין פאלן. די פעלקער פאָדערן אלץ העכער מען זאָל אָפּשטעלן דעם רויב-יקריג אין קארייע. דער העלדישער ווידערשטאנד פונעם קאַרייער פאלק האָט באוויזן אויך פאר אנדערע פעלקער אז אפולו א קלוין לאנד אז עם קעמפט מיט אנטשלאָסנקייט פאר זיין פרייהייט קאָן מען עס נישט אונטעריאָכן. אלס רעזולטאט דערפון האָט אָנגעהויבן א קאמף פאר דער באפרייונג פון אונטערן אימפּעריאליסטישן יאך אויך אין אנדערע לענדער.
ווען דאָס איראנישע און דאָס עגיפּטישע פאָלק האָבן אָנגעהויבן זייער קאמף פאר דער בא" פרייונג פון אונטערן ענגלישן אימפּעריאליסטישן יאך זענען זיי אויך באגייסטערט געווען פונעם העלדישן קאמף פונעם קאָרײיער פאָלק.
די אונטערהאנדלונגען פארן אָפּשטעלן די מלחמה אין קאָרייע װאָס ווערן געפירט לויטן איניציאטיוו פונעם סאָוועטן-פארבאנד, ווערן די גאנצע צייט סאבאטירט פון די אמעריקאנער אימפּעריאליסטן. דער דאָזיקער סאבאָטאזש וי אויך אנדערע טאטן באווייזן אז ד' אמעריקאנער אימפּעריאליסטן ווילן פארברייטערן די מלחמה אין. מזרח און דרום-מזרח אזיע וי אויך זייער אמתן כאראקטער אלס מלחמה-באצילן, װאָס די גאנצע וועלט האָט די אויפגאבע זיי אומשעךלעך צו מאכן.
דער טאָג פונעם 25-טן יוני איז אָנגענומען געווארן אלס דער טאָג פון כאָלידאריטעט מיטן קארייער פאָלק. אלע ארנטלעכע מענטשן פון דער וועלט דריקן אין דעם טאָג אױים זייער סאָליראריטעט מיטן קארייער פאלק דורך פארשטארקן זייער קאמף פאר שלום, פארן אָפּשטעלן
דעם. פארברעכערישן קריג אויף דער אָנגעוויי
: ערו
ז-חחחח-ח-חז-חחייזייייייייייילייייייייייייי ןיעשט
רעדאקציע: בוקארעשט, מאטעי באסאראב 2 8. טעל, 29, 80, 4 1612 ,8 2 85 3858 61 ,ג60ת1ו50!:86386}18
| קאַרײע| צום ברײַטן אנטװיקלען פונעם
5 יוני 1922 אט 25
אינהאלט: -- אקטיוויטעט פונעם דאָראָהױיער ,איקוףל" (זייט 2);
-- קולטור-קינסטלערישע מאניפעסטאציעס איבערן לאנד(זייט 2); -- גענגסטערם פירן אָן א לאנד פון שו. שסיין
(זייט 8); -- חורבן ווארשע(המשך)(זייט 8); --די פארברעכערישע פּאָליטיק פון דער בןגוריון-רעגירונג האָט דערפירט ישרא? צו ווירטשאפטלעכער. רואין פון א. מיילינג(תל-אביב)
(זייט 4); -- פונעם ישראל-,ג|-עדן"(זייט 4); -- נאָטיצן(זייט 4).
סאָציאליסטישן:פארמעסט!
נײַע דערגרייכטע דערפאָלגן אין די אוזינעס-ווולקאן" פון בוקארעשט
א דאנק דעם אָנווענדן די ארבעט-מעטאָרן פון די פאָוועטישע סטאכאנאוויסטן פארצייכענען די ארבעטער און טעכניקער פון די אוזינעס ,,ווולקאן" יעדן טאָג נייע רעאליזירונגען.
אנווענדנדיק די ארבעטימעטאָדע פון דער פאָוועטישער. סטאכאנאוויסטין= לידיא קאָראבעלניקאווא, האָבן די ארבעטער פון די פארזשע און גוס-סעקציעס ארויסבאקומען אין חודש אפּרי? אן אָפּשפּאָר פון 7.384 ליי. חוץ דעם איז, אין זעלבן משך, דורך פארווערטן אָפּפאלן, אָפּגעשפּאָרט געוואָרן 12,329 ליי.
א גרויסע אויפמערקזאמקייט ווערט געגעבן דאָס הייבן די פּראָפּעסיאָנעלע קוואליפיצירונג
פון די קאדרען. א סך ארבעטער ווערן קוואליפיצירט לויט דער מעטאָדע פון דער סאָוועטישער סטאכאנאָוויסטין קאָטליאר, און 29 חברים וי אויַך די גאנצע בריגאדע פון יוגנטלעכע פון דער מעכאניק-סעקציע ווערט קוואליפיצירט מיט דער הילף פון דער מעטאָדע װאָס איז איינגע? פירט געוואָר} פונעם סטאכאנאוויסט פראנציסק קרעניאן.
אָנװוענדנדיק' די איניציאטיוו פונעם סטאכאנאָוויסט ניקאָלאע וואסו געלינגט די ארבעטער וואלעריו, קעפּעצענע שטעפאן און זיידמאן איזאק איבערצושטייגן די נאָרמע מיט 0 און 100 פּראָצענט.
א פּראָדוקציע"באראטונג ביי די טעקסטיל-אוזינעס-מאָלדאָווא" פון באָטאָשאן
אין ראמען פון א פּראָדוקציע-באראטונג, אין וועלכער ס'האָבן זיך באטייליקט א גרויסע צאָל ארבעטער און טעכניקער פון די טעקסטיפאוזינעס, מאָלדאָווא" פון באָטאָשאן, האָט דער חבר אינזשינער אראָנאָוויטש יאנקו געמאכט א ברייטע אויפקלערונג בנוגע די פּאָזיטיווע רעזולטאטן וועלכע מען באקומט ווען מען ווענדעט אָן די מעטאָדע פונעם סאָוועטישן סטאכאנאָוויסט אלעקסאנדער טשיוטקין, אָפּשטעלנדיק זיך אויף דער נייטיקייט פון פארשפּרייטן די דאָזיקע מעטאָדע אין דער פאבריק. נאָך דער דאָזיקער לעקציע, האָט דער חבר מאן יאָזעףּ, סעקרעטאר פונעם קאָמיטעט פון קאמף פאר שלום פון דער רעגיאָן באָטאָשאן, צוגע
טראָגן דער בריגאדע ,,עוגעני קאָטאָן". פונעם וװועבעריסעקטאָר די פאָן פון שלום פאר די באזונדערע רעזולטאטן װאָס זי האָט ארויסבאקומען אין דער פּראָדוקציע אויפן חודש מאי.
מיט דער געלעגנהייט פון באקומען די פאָן, האט דער חבר אונגאר האנס, פאראנטוואָרטלעכער פון דער בריגאדע, אויף זיך גענומען די התחייבות צו אנטוויקלען די ביז איצט דערגרייכטע דערפאָלגן און אויף חודש יוני איבערצושטייגן דעם פּלאן מיט 25 פּראָצענט.
חוץ דעם, האָט חבר אונגאר האנס זיך פארפליכטעט צו קוואליפיצירן לויט דער איניציאטיוו פונעם מייסטער קרעניאן--- צוויי ארבעטער.
א שװימענרדיקע פאבריק
...ס'האט שאריעט אויף טאָג. פון דער אויבערפלאך פונעם ים איז צוגעשווימען צום ברעג פונעם פּאָרט. קאָנסטאנצא א שיף. זי איז געשווימען רואיק, דורכשניידנדיק כוואליע נאָך כוואליע. זי איז שוין אָנגעקומען. פון אויפן ברעג זעען זיך איצט קלאָר גרויסע אותיות, פון פײיער-קאָליר, אָנגעשריבן אויפן פעדערשטן טייל פונעם שִיף: ,,רויטער אָקטאָבער". א מענגע ארבעטער, מאטראָזן און פישער נעמען אוֹיף די שיף פלאטערנדיק מיט טיכלעך און היטלען.
געבויט און איינגעריכטעט לויטן מאָדע? פון די סאָוועטישע שיפן פאר כאפּן און קאָנסערווירן פיש, איז ,רויטער אָקטאָבער" די מאָדערנסטע שיף פאר פישיפאנג פון אונדזער לאנד, אן אמתע שווימענדיקע פאבריק. די שיף רויטער אָקטאָבער" איז באדינט פון 8 פישפענגער וועלכע האָבן, יעדע איינע, צו 9--4 לאָדקעס. ווייט, צענדליקער און צענדליקער קילאמעטער פונעם ברעג, אריינגעזעצטע אין פישפענגער און לאָרקעס װאָס די שיף האָט געלאָזט אין גאנג, ריכטן איין די פישער-בריגאדעס זייערע ריזיקע נעצן מיט וועלכע זיי כאפּן טאָג און נאכט, בייטנדיק זיך, אלע מינים פיש און הערינגעס. די פיש ווערן דערנאָך אריינגעבראכט און שיף ווו זיי ווערן אויסגעארבעט. אויסגעשטאטעט מיט פפּעציעלע איינריכטונגען, פּראָדוצירט די ,,שווימענדיקע פאבריק" קאָנסערוון פון פיש און מעדיצינישן פישדאייל.
די ארבעטער און ארבעטערנס פון דער שיף שניידן און וואשן די פיש, פּרעגלען זיי אויף ריזיקע ברוטערס, פולן אָן די קאָנסערוון-פּיש
קעם און סטעריליזירן זיי מיט גרויס געשיקט
קייט און געניטקייט. אלץ זיי גרויסע פיש, פון וועלכע. מען גערייכערטע פיש.
אן אייגענע עלעקטרישע אוזינע באדינט רי
זא?צן איין' די פאבריצירט די
פריגאטעכנישע קאבינעס און שטעלט אין באוועגונג ספּעציעלע ווענטילאטאָרס.
די פישער-בריגאדעק, וי אויך דער עקיפּאזש פונעם שיף, געניסן פון גוטע ארבעט- און לעבנס-באדינגונגען. די שלאָף-קאבינעס, די קיך, דער. עסיזאל, דאָס באָד, אלץ בלישטשעט פון ריינקייט. די פישערס האָבן צו דער האנט שוץקליידער: סאלאָפּעטן, קאוטשוקענע שטיוול, גומענע פּעלערינעס א. א. וו.
א הױפּטזאָרג פון די ארבעטער און טעבניקער פון דער ,רויטער אָקטאָבער" איז, אלץ צו הייבן זייער פּראָפּעסיאָגעלע קוואליפיצירונג. דער שעף פון דער עלעקטרישער אוזינע, עודזשען מאדאראש, קוואליפוצירט אויפן ארבעטיפּלאץ --= לויט דער קאָטלעאר-מעטאָדע--- דעם יוגנטלעכן ג. טימארו; דער מעכאניקער שטעפאן מיטרעא, קוואליפיצירט דעם יוגנטלעכן ג. דימא; די אינזשינערן פון פישצוכט מאריא אנקוצא. איז געלונגען צו קוואליפיצירן די ארבעטערן פּעטרא קהעטשון, וועלכע איז נאָרװאָס געװאָרן די אָנפירערן פון דער קאָנסערוון-פאבריק פונעם שיף.
א לעבעדיקע קולטור-אקטיוויטעט ווערט אנטוויקלט אויפן שיף: עס ווערן אָרגאניזירט פֿאָרטראגן, קולטור-אָוונטן, אין וועלכע ראמען דער כאר און די קינסטלערישע עקיפּע פון דוי מאטראָזן און פישערס פירן אויס געזאנגען, סצענעטן, פאָרלעזונגען.
א סך מאטראָזן און פישערס לערנען די רוסישע שפּראך, איבערגעגעבן פונעם אינזשינער פאר פישצוכט מאריא אנקוצא.
נאָך יעדער קורסע ווערן פונעם מאנאזין אױסגעלאָדן באדייטנדיקע קוואנטיטעטן.פון קאָנסערוון, געזאלצענע פוִש, אייל א. א. דערנאָך לאָזט זיך די שִיף וידער אויפן ים און די פישערס נעמען זיך אויפסניי= צו ארבעט.
זײַער