Jahrgang 
188 (1952) נר. 188 7-טער יאָרגנג
Seite
3
Einzelbild herunterladen

גר. 188

א סטייה איאיאטא אייהא טסנעגא

די אמעריקאנער אימפּעריאליסטישע פּראָפּאַ­גאנדע האָט זיך כאמיט שטענדיק פאָרצושטעלן דעם ,,אמעריקאנער לעבנסשטייגער" די העכסטע שטופע פונעם לעבנסיסטאנדארד פו­נעם געוויינלעכן מענטשן פון די פארייניקטע שטאטן פון אמעריקע און פאר דער גאָרעך וועלט. אסך איז גערעדט געווארן וועגן דער אמעריקאנישער, דעמאָקראטיע", וועגן די אמע­ריקאנישע פּרייהייטן.

נאך דער צווייטער וועלט-מלחמה האָבן זיך די אמעריקאנער= אימפּעריאליסטן געשטעלט אין דער שִׁפִּיץ פון דער וועלט-רעאקציע. די אלע טאטן זייערע קען מען פארגלייכן נאָר מיט די נאציסטישע פארברעכנס און אָפּטמאָל שטייגן זיי אפילו זיי איבער,

דער ענטפער אויף דער פראגע וויאזוי דאָס איז מעגעלך געווען, גיט דאָס בוך ,,הויךיפא­ראט" פונעם באוווסטן פּראָגרעסיוון פּובליציסט אלבערט קאהן. דאָס בוֹך באשרייבט די פַּאֶלו­טיק פונעם אמעריקאנער אימפּעריאליזם, אָנגע­הויבּן פון נאָכן ענדיקן די ערשטע וועלטיטל­חמה ביז צום היינטיקן טאָג. אינעם בוך ווער באשריבן דער גרעסטער אמעריקאנער פאראט װאָס איז אמאָל פאָרגעקומען, דער פאראט קעגן אמעריקאנער פאָלק.

תוכף נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה האָבן די משרתים פון די טרוסט-לייט אָנגעהוֹיבן די אָפּענסיווע קעגן פאָלק. און צוערשט האָבן זיי אטאקורט פאָוועטן-רוסלאנד שיקנדיק אינטער­וענצואָניסטשע טרופּן. דעם פיטן סעפּטעמבער 9 האָט סענאטאר וויליאם באראה דער­קלערט אינעם סענאט פון די פֿארייניקטע שטאטן: ,הער פּרעזידענט, מיר זענען נישט איז קריגס-צושטאנד מיט רוסלאנד; דער קאָנגרעס האָט נישט דערקלערט קיין מלחמה דער סאָווע­טישער רעגירונג און דעם רוסישן פאָלק". הער­בערט הוווער ואס איז שפּעטער געװואָרן פּרע­זידענט פון די פ. ש. א. האָט דערקלערט ביי דער שלום-קאָנפערענץ: ,דער באָלטעוויזם איז ערנער פון דער מלחמה".

צוליב דעם האָט מען ארעסטירט און געפּיי­ניקט טויזנטער מענטשן. ,אין יענעם יאר"----. (1919)-- זאָגט דער באוווסטער געלערנטע­ע. ב. דובאָיס אין זיין בוך ,די פינצטערניש פון די קאיאָרן", זענען פאָרגעקומען גרעסערע און קעלענערע ראסיאלע פּאַנראָמען, אין 26 א­

מעריקאנער שטעט, צווישן וועלכע דער פּאגראָם. פון אויגוסט פון טשיקאגא,

וו עם זענען געהרגעט געװאָרן 82 פּערזאָנען; פון 25---80 טויטע אין קאָמיטאט פיליפּס פון אָרקאנסאנס, וי אויך 6 טויטע אין וואשינגטאָן."

חורבן

(חממזשוך)

די יידישע ארבעטער, אָפט, איידער אומ­צוקומען אין די גאפסן פון הונגער, איידער צו שטעלן זיך בעטלען, איידער געכאפּט צו ווערן אין די קאָנצענטראציע-לאגערן--- האָבן פאה א פערט? ברויט א טאָג, פֿאר א וואסערדיקער זופּ מיט א צולאָג פון עטלעכע זלאָטעס פאר­קויופט היטלערן זייער בלוט און שווייס. די יירישע ארבעטערשאפט ארויסגעטריבן פון אירע ווארשטאטן, עלנט און פארפּייניקט, האָט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה און וי ביטער ס'איז איר נישט געווען האָט זי געמוזט אָנקומען נאָך יא שטיק? ברויט צו די דייטשן.

יידישע הענט האָבן צוועלף שעה אין טא? גענייט און געשטעפּט מונדירן פאר די היט­לעריסטישע באנדיטן. יידישע הענט האָבן פון די פוטערס, װואָס היטלער האָט צוגערויבט ביי דער יידישער באפעלקערונג אין מיטן ווינטער -- גענייט טולעפּלעך און קאָזשוכעס פאר די הוננען, ואס האָבן זיך געפונען אויפן סאָווע­טישן פראנט.

א סך פון דער יידישער ארבעטערשאפט איז סיי וי סיי אומגעקומען פון הונגער און דח­קות, פון א פערט? קילא ברויט א טאָג מיט א וואסערריקער זופּ קאָן אפילו א יידישער אר­בעטער אויך נישט לעבן. ס'איז אָבער אלן בעסער געווען, וי בעטלען, אָדער פאלן אין גאם אָן א נאָמען און ווערן צוגעדעקט. מיט א בויגן פּאפיר,

גלייכצייטיק האָבן זיך אין די דאָזיקע שאָפּעס אויך אריינגעקריגן אונטערוועלט-מענטשן, װאָס זענען אין געטאָ געוואקסן, ווי שוואָמען נאָך א רעגן, קאָמבינאטאָרן, שאנטאזשיסטן. מיט דער הילף פון דייטשישע שאנטאזשיסטן, זע­נען די דאָזיקע פּארשוינען געװאָרן אין די שאָפּעס מאכערס, דירעקטאָרן, פירער און גו­טער יאָר ווייסט ואס נאָך,

אין די ,נאָרמאלע? צייטן,ד. ה. רעמלט, ווען אין געטאָ האָבן געלעבט דריי הונדערט און

.אוקוף-בלעטטר"

גענגסטערס פירן אָן א לאנד

עס זענען געמאכט געוואָרן אונטערזוכונגען לויטן באפעל פון פּאלמער, דער גענעראליפּראָקו­ראָר פון די פ. ש. א., מען האָט ארעפטירט טויזנ­טער אומשולדיקע מענטשן און זיי שרעקלעך געפּייניקט. נאָכדעם ואס די דעמאָקראטישע עפנטלעכע מיינונג האָט געפאָדערט מען זאָפ אפּשטעלן די גרויזאמע טעראָר-אקטן האָט מען אויפגעהערט צו מאכן אונטערזוכונגען. נאָר קיין איין בעאמטער פונעם יוסטיץ-מיניסטעריום װאָס איז שולדיק געווען אין די פארברעכן איז קיינ­מאָל נישט געמשפּט געװאָרן. אזוי זעט אויס די גערעכטיחייט אין אמעריקע.

עס ווערט אינעם בוך באשריבן, וויאזוי גענגסטערס זענען געוואָרן די רעד?-פירער אין וואשינגטאָן. די מעטאָדן פון די אמעריקאנער גרויסע קאפּיטאליסטן. אונטערשיידן זיך מיט גארנישט פון די מעטאדן פון די גענגסטערס, מיט אזעלכע מעטאָדן האָבן זיי געמאכט פאר פּרעזידענט דעם פענאטאָר ווארען ג. הארדינג, אונטער וועמענס שוץ זיי האָבן דערנאָך געקאָנט באראבעווען דאָס פאָלק. און מיט וויפל זייערע גנבות זענען געווען גרעסער, מיט אזויפיל איז געוואקסן די צאָל מערדערייען. עס איז דער­גאנגען אזוי ווייט אז כדי צו פארדעקן זייערע פארברעכנם האָבן זיי אפולו געהרגעט דעם פּֿרע­זידענט הארדינג, מורא-האבנדיק אז לאָזנדיק אים לעבן ועלן אויפגעדעקט ווערן זייערע פארברעכנס.

פ'איז דאך באקאנט אז דער גענגסטער פענ­דערגאסט האָט אויסגעוויילט טרומאנען אל?ס סענאטאר און ס'זענען באקאנט אויך די סקאנ­רדאלעזע כאבאריגעשעפטן פון זיינע ,,מענטשן".

אונעם בוך ,הויך-פאראט" ווערט אָנגעוויזן ווואזוי די אמעריקאנער גרויסע קאפּיטאליסטן האָבן דורך איינפורן א שטרענגן שפּיאָנאזש­סיסטעם געפּרוווט דעזאָרגאניזירן די סינדיקאלע באוועגונג. אָבער לעבן דעם דאָזיקן סיסטעם, האָבן זיי באנוצט דעם שארפסטן טעראָר קעגן די סינדיקאליזירטע ארבעטער. אזלעכע מעטאָדן באנוצן אין זייערע אונטערנעמונגען פֿאָרד און אנדערע קאפּיטאליסטן. זיי ווענדן א דעם דאָזיקן טעראָר דורך פארברעכער, מערדער ארויסגענו­מענע פון די תפיסות פאר דעם צוועק.

אינעם בוך ווערט אָנגעוויזן וויאזוי עס ווערט אלימענטירט דער האס קעגן די נעגערס, קעגן די יידן און קעגן אנדערע קאטעגאָריעס ביר­גער פון אמעריקע. צוליב דעם זענען געהרגעט

וארשע.

פופציק טויזנט יידן, ווען:10 פּראָצענט אויפ­געקומענע וווילע-יונגען האָבן געפרעסן און גע­זויפט און פארדינט צו צען טויזנט זלאָטעס א טאָט-- און די איבעריקע 90, פּראצענט האָבן קוים געזשיפּעט, אין יענע צייטן האָט מען זיך, פונדעסטוועגן, נישט געאיילט אָנ­צוקומען אין. די דייטשישע שאָפּעס אריין. דער אָרעמאן האָט זיך וי עס איז געדרייט, האָט מען נישט געגעסן צו דער זעט, איז מען פאר­שניטן געוואָרן פוז טיפוס, האָט מען געבעטלט; אָבער גיין ארבעטן פאר היטלערן, העלפן דעם מערדער, האָט דער רוב מנין ורוב בנין פוז דֶער יידישער באפעלקערונג אין ווארשע נישט נע­ואָלט,

אָבער ווען ס'איז ארויס די פינצטערע גזירה וועגן גירוש, און ס'איז געזאָגט געוואָרן אין אים, אז יענע יידן, וולכע זענען פעיק צו אר­בעטן, וועלן נישט ארויסגעשיקט ווערן, אי­כערהויפּט אזעלכע, וואָס זענען באשעפטיקט אין די שאָפּעם--- און געװואָרן א געלויף אין די היטלעריסטישע ווארשטאטן אריין. יידן סוחרים, בע?ימלאכות, ליידיק-גייערם--- אלץ, װאָס האָט געהאט הענט און פום און א בייטל? מיט געלט איז געלאָפן ארבעטן צום דייטש. אלע זענען מיטאַמאָל געוואָרן שניידערס, שוס­טער, סיזשנערס.

צוזאמען מִיט הענדלערס פון לעבעדיקע סחורה, צוזאמען מיט גנבים, קאסעיברעכער און זונות האָבן זיך אין די שאָפּעם אריין אויך געשטעלט אָנגעזעענע כלל-טוער, אונ­דזערע פארזאָרגער, אונדזערע דעהיזאָגערס. בין אהער האָבן זי זיך געפּאשעט די בייכער. גע­לעבט, וי גאט אין אָדעס. געהאלטן משרתים בי די טירן, געווען טויב צום יידישן עלנט, צו דער יידישער נויט און דא זענען זיי מיט­אמאָל געוואָרן פּראָלעטאריער פון ריינסטן בלוט.

זי האָבן פארזאָרגט נישט בלויז זיך אליין, נאָר אויך זייערע ווייבער און קינדער, זייערע מאמעם און טאַטעס, זייערע ברידער און שוועם­

געװאָרן סאקא און וואנזעטי, וועלכע זעגען אומשולדיק אומגעקומען אויפן עלעקטרישן

שטול.

נאָך א זייער וויכטיקע זאך ווערט אָנגעוויזן אינעם בוך. דער?עבנסיסטאנדארד פון דער גרעסטער מערהייט פונעם אמעריקאנער פאָלק דערגרייכט נישט דעם נויטיקן מינימום. די פּראָפּאגאנדע וועלכע ווייזט שמייכלענריקע, בליענדיקע פּנימער, ווייזט נאָר דאָס בילד פון א גאָר קליינעם טיי? פונעם אטעריקאנער פאלק. דאָס גרעסטע טיי??עבט נישט בעסער אָדער נישט אסך בעסער ווי די פון אמעריקע פֿאר­שקלאפטע פעלקער. דער אמעריקאנער. לעבנס­שטייגער זעט אויס אנדערש אין דער ווירקלעכ­קייט, וי עס ווערט אָנגעוויזן דורך דער אימ" פּערואליסטישער פּראָפּאנאנדע.

באשרייבנדיק אין 1951 די מיזעריע פון די שאכטיאָרן פון פּענסילוואניע, האָט דער שריי­בער נאָרטאָן לעאָגארד דערציילט:, רי רעפֿאָר­טערן האָבו געפּוגען טויונטער שאכטיאָרן װוי­געגריק איניינעם צו 3--4 פאמיליעס אין קאָ: ליבעס. פון צו איין צימער, דערגערנדיק ויך מיט װאָרלען פון וילדע גראָון...*

לויזע וו. ארמסטראָג אין איר בּוך= אויך מיר וענען ראָס פּאָלח, האָט פארצייכנט אין דרוםיטיי? פון דער שטאָט טשוקאנא דו באָל­גנדיקע סצענע: איך האָב געוען אחעגן א 90 מעגער שטויסעדיק זיך, קעמפוריק פאר א פזיסט; קאסטן װאָס איז ארויסגענומען געװואָרן דורך רער הינטערטיר פֿון א רעסטאָראנט. אמעריקא­גער בירגער קעמפּודיק וי די חיות באר רעשט­לעך עסןו

די צאָ? ארבעטלאזע אין 1982 איז אָפּגע­שאצט געווען צווישן 18 און 17 מיליאָן מענטשן. וועגן דעם מין לעבנס-שטייגער רערט נישט די אמעריקאנער פּראָפּאגאנדע אָבער ער ווערט אָנגעוויזן אינעם בוך ,,הויך-פאראט".

היינט ווערט געפירט א געפערלעכע פּראָפּא­גאנדע כדי צו שאפן א קאניבאלישע שנאה צום פאָוועטן-פארבאנד, צו די פאָלקסידעמאָ­קראטישע לענדער און צו אלעמען װאָס ס'איז פּראָגרעסיוו. אָפּטמאָ? פאלן די איניציאטאָרן פון דער אנטידעמאָקראטישער היסטעריע קר­בנות פון זייער אייגענער- איניציאטיוו, אזויווי עס איז געווען דער פא? מיט פארעסטאל, געווע­זענער אמעריקאנער קריגס"פארברעכער.

די דאָזיקע פּראָפּאגאנדע ווערט געפירט, כדי צו איבערצייגן דאָס פאלק צו שלאָגן זיך פאר

טער און געווען זיכער, אז צײ וועט די גזרה פון אומקום מיידן.

איז, אז ס'האָט זיך אָנגעהויבן דאָס לוים! אין די ישאָפּעס אריין, האָבן די פירער פֿוֹן די שאָפּעס, די אלערליי שאנטאזשיסטן און קע­שענע-גנבים דערזען, אז ס'האָט זיך געעפנט פאר זיי א קווא? פון שפעדיקע פּרנסה,

איז געװאָרן א גאנצער האנד?, מיט קריגן אן אָרט אין א שאָפּע, א נאנצע שווארצע בערזע. אין אָנהייב האָבן די פירער פון די שאָפּעם פארלאנגט פון א ,קאָפּ" טויזנט זלאָ­טעס, שפּעטער--- צוויי טויזנט, פינף טויזנט. עס זענען אויך געווען פאלן, ווען די נייגע­באקענע פּראָלעטאריער האָבן געצאָלט די מא­כערפ צו צען און צו צוואנציק טויזנט זלאָ­טעס פאר א, קאָפּ".

אזא שאָפּע איז אויך געווען אין קליינעם געטאָ. טעבענס שאָפּע האט מען זי גערופן. און נאָכדעם, ווו מען האָט ארויפגעטריבן די יידן פונעם קליינעם געטאָ, זענען אין יענער שאָפּע איבערגעבליבן עטלעכע טויזנט יידן מיט זייערע פאמיליעס. צום וווינען האט מען די דאזיקע מענטשן אָפּעגעגבן צוויי, צי דריי היי­זער נישט ווייט פון דער שאָפּע. די הייזער זע­נען ארומגעצוימט געוואָרן מיט פּלױיטן. דאָ האָבן די ניי-געבוירענע פּראָלעטאריער נגעמוזט װוינען. אין קיין אנדערער גאס אריין אָדֶער אין א שכנותדיק הויז אריין האָבן זיי נישט געקאָגט און נישט געטארט אריינקומען. ס'האָט געדראָט מיט א קויל אין קאָפּ אריין. 6 אזיינער אינ­דערפרי האָט מען די מענטשן ארויסגעפירט צו דער ארבעט--- צו פינף אין א רייע, אזוי וי ארעסטאנטן; 6 אזייענר פארנאכט האָט מען זי צוריקגעפירט, באוואכט. פון דייטשישץ

+ זשאנדארן.

צו דער ארכעט אין דער שאָפֹּע אריין האָבו! די מענער מיטגענומען זייערע ווייבער און קינדער. אין דער שאָפּע, האט מען פארזיכערט, וועט קיין בלאָקארע נישט זיין; פון דאנען וועט מען קיינעם נישט ארויסנעמען. דאָ איז מען זיכער מיטן לעבן.

ם'האָט זיך אָבער ארויסגעוויזן, אז מען אין נישט געווען זיכער. היטלערס יאָג-הינט האָבן אויסגעצייכנט געוווסט, וי אזוי די נייינעבוי­

ייט 3 יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי יי יו יי יי יי

די אימפּעריאליסטישע גענגסטערישע אינטע­רעסן. היינט שטייען זיי אין שפּיץ פון אמע­ריקע. מאָרגן ווילן זי אָנפירן מִיט דער גאנ­צער וועלט, זיי רוען נישט, זיי ווילן ,באגלוקן" יעדן איינעם מיט זייער ,,גענגסטערישן" לעבּנס­שטייגער.

די פעלקער ווילן אָבער נישט מען ואָ? ביי זיי איינפירן דעם אמעריקאנער לעבנס-שטייגער. זיי קעמפן פאר א דויערהאפטן שלום. אין זייער קאמף פאר שׁלום, האָבן די פעלקער די שטיצע פון די בעסטע טיילן פונעם אמעריקאנער פאָלק.עס איז פאראן א קאָמוניסטישע פּארטיי, אירע פירער ווערן איצט ארעסטירט און גע­פּייניקט אין די אמעריקאנער ,,מאָדערנע" אינ­קוויזיציע-קאמערן. דאָס אמעריקאנער פאָלס האט אפטמא? אויסגעקעמפט--- לוט וי עס ווייזט אֶן קאה! אין זיין בוך--- אזעלכץ רעכטן. וועלכע די אמעריקאנער קאפּיטאליסטן האָבן זײי געמוזט געבן, קריצנדיק מיט די ציין און מיט שוים אויף זייערע ברודיקע קליפּן. דאָס אמערי­קאנער פאלק ווערט אל?ץ מער באוווסטזיניק.

די נעגערישע באפעלקערונג ווערט אלץ קאָט­באַטיווער אלם רעזולטאט דערפון איז-- טראָץ די דראונגען פונעם קו-קלוקסיקלאן--- גע וואקסן די צאָ? נעגערישע וויילער פוּן דרום, פון 211.000 אין 1940, אויף איבער א מיליאן אין 1948,

אין א ווענדונג צום לייענער פון סוף בּוך זאָגט אלבערט קאהן ,די דערציילונג וואָס האט אנגעהויבן אין דעם בוך האָט זיך נאָך נישט געענדיקט... אפילו איצט בשעת איך שרייב די דאָזיקע ווערטער ווערן באגאנגען פאראטיאקטן קעגן דעם אמעריקאנער פאלק". ער ענדיקט דאָס בוך מיט די ווערטער: ,דאָס פאלק האָט גע ווונען די. מלחמה. דאָס פאָלק וועט געווונען אויך דעם שִלום."

דאָס בוך איז באזירט אויף דאָקימעגטן. עט באווייזט אויפן סמך פון דאָקומענטן אז אמע­ריקע ווערט אָנגעפירט פון געננסטערס, וועלכע באגייען אזעלכע גרויזאמע טאטן, אז נאָר לייע­נענדיק שטעלן זיך די האָר קאפּויער. ווען מען לייענט דאָס בוך זעט מען דעם אמתן אויסזע פון די אמעריקאנער אימפּעריאליסטן װאָס האָבן

באקומען די אויבערהאנד אין דער דזשונגל וואָס הייסט די ,,מערב-ידעמאָקראטיע". עס אין

גוט אז יעדער אָרנטלעכער מענטש זאָל לייענען דאָס בוך כדי זיין שנאה צו די ציוויליזירטע קאניבאלן זאָ? וואקסן נאָך מער, כדי ער זאָל וויסן פארוואָס ער דארף נאָך מער פארשטארקן זיין אָנטיי? אינעם קאמף פאר שלום.

ש. שטיין

רענע פּראָלעטאריער האָבן זיך אריינגעקריגן אין די שאָפּעס. דערויף האָבן זיי געהאט גע­גוג יידישע געסטאפּאָ-לייט, װואָס האָבן אויס­געפירט זייער ארבעט צו דער גרעסטער צו­פרידגקייט פון די באנדיטישע מושלים.

און ווען אלע זענען געזעסן אין דער שאָפּע און געלאָזט, וי מען זאָגט, א פייגעלע אין וואלד זאָרגן, זענען דייטשישע באנדעס אראָפּ­געפאלן, ווי פוז הימל. וי געווענלעך מיט א געשריי, מיט א הקינטיש בילן און גענומען רוימען. אלע האָבן געמוזט ארויס פון וואר­שטאט, אלע האָבן זיך געמוזט אויסשטעלן אויף דער גאס, אלע, װאָס האָבן געצאָלט גראָ­בע געלטער און אלע, װאָס האָבן געארבעט פון פרוער און נישט באצאָלט דערפאר קיין איין גראשן.

די היטלעריסטישע הענקער האָבן קאלט­בלוטיק און אכזריותדיק באשטימט אויפן אָרט, אז אין טעבענס שאָפּע אויף פּראָסטע גאס דארפן ארבעטן נישט עטלעכע טויזנט מענטשן, נאָר עטלעכע הונדערט. זיי האָבן גלייך גע­מאכט די סעלעקציע, ווער עס קאָן יאָ ארבעטן, און ווער נישט,

קודם כ? האָב} זיי צוגענומען די פרויען מיט די קינדער, דערנאָך די עלטערע מענטשן, שפּעטער--- די מענטשן אין מיטע?ע יאָרן--­און אין פארלויף פון א צוויי דריי שעה איז אין טעבענס שאָפּע איבערגעבליבן נישט. עט­לעכע טויזנט, נאָר א פֿאָר הונדערט פאריתומטע, אומגליקלעכע, צעבראָכענע מענער און יונגע פרויען.

די רעשט האָט מען גלייך אוועקגעפירט צו דער שריפה.

די איבעריקע עטלעכע הונדערט מענטשן, װאָט זענען געבליבן ארבעטן און זייער גורס הענגט אױיף א האָר, האָט מען איבערגעשיקט ווויגען אין איין הויז אריין. דאָרטן זיי זיך און ווערנן; יעדער איינער מיט א פונצ­טער לאָך אין הארץ. יעדן איינעם פעלט א ווייב, א קונד, א טאטע, א מאמע א. א. ון'

שטיקן

(המשך קוחט)