יק
זייט 4
די טעג איז פאָרגעקומען א קאָנפערענץ פון דער געזע?לשאפט ,תנובה" וועלכע פארקויפט כמעט 0/--80 פּראָצענט פון דער פּראָדוקציע פון די יירישע פּויערים. דאָרט האָט זיך ארויםגעוויזן די ,זאָרג" פון דער בז-גוריון-רעגירונג פארן פּױיער. 80 פּראָצענט פון די פֿוערישע ווירטשאפטן באקומען נישט קיין כעמישע באמיסטיקונג. דאם איז גורם קאַלאָסאלע פארלוסטן פאר דער גערעטעניש. די רעגירונג גיט נישט די מינימאלסטע הילף פאר די ניי-געשאז פענע ווירטשאפטן אין די פֿארוואָרלאזטע אראבישע דערפער. אסך פּויערים זענען, נישט באקומענדיק קיין וואסער, זריעה און נישט קיין שום אנדערע ארבעט, כדי צו קאָנען דערנערן זייערע:פאמיליעס, אנטל?אפן פון די דערפער, וי פון א שריפה.
דער ראש-דהמדברים פוּן דער ,תנובח"--ווערלינסקי, וועלכער געהערט צו דער אנפירנדיקער מפּא"ישער קליקע, האָט דערקלערט אויף דער דאָזיקער קאָנפערענץ, אז דער סטאנדארר פון שפּייז פאר דער באפעלקערונג איז אויך אויף להבא אין א געפאר. די היגע דעמאָקראטישע פּרעסע שרייבט מיט רעכט, אז ס'איז א פארשטענדלעכע זאך אז דער בן-גוריון-אגענט, ווערלינסקי, האָט אויסבאהאלטן פארן פאָלק די אמתדיקע סיבות פון דער כסדרדיקער ירורה פון דער לאנדווירטשאפט, װאָס קייקלט זיך אלץ מער צו רואין אין רעזולטאט פון דער פא?לשער פּאָליטיק פון דער רעגירונג, צוליבן פארקלענערן אונטערן דיקטאט פון וואשינגטאָן די האנדלס-באציונגען מיטן ראטן-פארבאנד און די פאָלקס-רעמאָקראטישע לענדער, ווי אויך צוליב דעם פארווענדן דעם ווייטיגרעסטן טייל פונעם נאציאָנאלן בודזשעט אויף קריגס-צוועקן און דעם כמעט פולשטענדיקן נישט רעכענען זיך מיט די באדערפענישן פֿון דער ישׂראלדיקער לאנדווירטשאפט. וועגן דעם זאָגט עדות דער פאקט, אז פון 8,8 מיליאָן דונאם פרוכטבארן באָדן, ווערן'בלויז באארבעט 2 מיליאָן און 900 טויזנט דונאם... אין דער זעלבער צייט ווערן פון די פארייניקטע שטאטן איכפּאָרטירט פאר אומגעהייער טייערע פּרייזן כלערליי פארעיפּושטע קאָנסערוון און אנדערע אמעריקאנער פארלעגענע?אנדווירטשאפטלעכע פּראָדוקטן.
א
א נייעם קלאפּ פאר דער ישראלדיקער ווירטשאפט איז דער נאפטיקרוזיס, וואָס איז אנטשטאנען צוליבן אָפּזאָג פון די ענגלישע נאפמאגנאטן צוצושטעלן נאפט פאר ישראל. דאָס האָט תיכף גורם געווען א העכערונג אויף 25 פּראָצענט פון דעם פּרייז אויף אלע ברען-מאטעריאלן. אין שייכות דערמיט, האָבן זיך אויך פארמאכט א ריי אונטערנעמונגען און די רייען פון די ארבעטס?אזע האָבן זיך באדייטנדריק פארגרעסערט.
אבער די פאָלקס-פיינטלעכע בן-גוריון-רעגירונג קיומערט זיך נאנץ ווייניק, װאָס עס שטארבט אָפּ איין ווירטשאפטלעכע צווייג נאך דער צוויי= טער, זי זוכט נישט קיין וװעגן אָנצובינדן
.איקוף-בלעטער"
די פארברעכערישע פּאליטיק פון דער בן-גוריון רעגירונג האט דערפירט ישראל צו ווירטשאפטלעכער רואין
פון א. מיילינג-- תליאביב
האנדלסיבאציונגען מיטן ראטן-פארבאנד און מיט די פאָלקס-ידעמאָקראטישע לענרער, װאָס ואָלטן אויף גאר צוגענגלעכע פּרייזן געקאנט צושטעלן די אזוי וויכטיקע נאפֿטיפּראָדוקטן פאר ישראל. וי איר שטייגער איז, רופט זי אסיפות און שאפט קאָמיסיעס, ואס דארפן באשליסן, וועלכע אונטערנעמונגען מען דארף שליסן אין שייפות מיטן נאפט"קריזיל...
א
אין ישרא? איז שוין פארשפּרײיט א ווערטל ,ווילסטו טרעפן א ישרא?-מיניסטער, זאָלסטו אױם זוכן אין וואשינגטאָן". און אלץ כדי צו פארוואנדלען דאָם לאנד אין א פעסטונג פֿון דער טרומאן-דעמאָקראטיע(לייען: קריגסיפּלאצדארם קעגן ראטן-פארבאנד). מען האלט אין איין פאָרן און פליען. אט איז דער בן-גוריונישער אויסערן-מיניסטער מ. שרת געקומען פון וואשינגטאָן און שוין אין זעלבן טאָג איז דוב יוסף עולה רג? געווען צו ,אים זאָל לעבן".
אויך די טרומאן-שליחים זענען אלץ אפטער מזכה דאָס ק?אנד מיט זייערע ,,באזוכן".?עצטנס. האָט זיך דאָ געטראפן מיט זיינע מענטשן דער מל?חמה-אונטערצינדער ביירוד וועלכער איז דער באפולמעכטיקטער פון סטייטידעפּארטאמענט פאר די ענינים פון מיטעלן און נאָענטן מזרח. נאָך א רייזע איבער די אראבישע לענדער און צפון-אפריקע האָט ער זיך באראָטן מיט די יידישע משרתים, וי אזוי נאָך מער צו פארוואנדלען ישראל? אין א קריגס-באזע אויפן נאָענטן מזרח. פון ישראל איז ער אָפּגעפלױיגן צו זיינע אייגענע קיין גריכנלאנד און טערקיי, אויף דער פראגע פון א צייטונגס-קאָרעספּאָנדענט האָט ער געענטפערט, אז ער האָט בא" קוקט עטלעכע פּלעצער אין ישרא?... און אז די געשפּרעכן מיט בן-נוריונען און אנדערע מיניסטאָרן האָבן אים באפרידיקט...
א
גלייך נאָך דוב יוספס צוריקקער פֿון וואשינגטאָן, איז' תיכף אנולירט געואָרן די קאָנטראָל איבער די וויכטיקסטע מאקןיפּראָדוקטן, װאָס גיט א פרייע האנט דעם שווארצן מארק און דער ,,פרייער איניציאטיוו" און ס'איז געקומען די פלוצימדיקע= דימיסיע צוליבן כלומרשטן ,שלעכטן געזונט-צושטאנד" פון פינאנס-מיניסטער אליעזר קאפּלאן. אין דער אמתן האָט דאָס דער אמעריקאנער באָס באפוילן מש?ח צו זיין דעם מיניסטער, וועלכער האָט געוואָלט נאך איינהאלטן א שיין פון קאָנטראָל.
איין ,קליינעם" פאקטאָר האָט דאָס הייפל פארעטער ,,פארגעסן",-- די פאָלקסימאסן פון ישרא?. זי איבערצייגן זיך אלץ מער ווער ס'איז דער אמתדיקער שולדיקער אין זייער טרויעריקן מצב און הייבן אוף זייער שטים פון פּראָטעסט קעגן דער פארברעכערישער פּאָליטיק פון מ9חמה, נויט און פאשיזאציע, וואָס ווערט געפירט דורך די היינטיקע ישראל-מושלים, פאר פרייהייט און נאציאָנאלע אומאָפּהענגיקייט.
ייו יי יי יי יי יי יי יא אי אי יי צווייטער אָוונט לכבור דעם אָנדענק פון די יידישע העלרן אין דער בולגארישער ווידערשטאנד-באוועגונג
דער יידישער קולטוריקלוב אין סאָפיע האָט שוין צום'צווייטן מאָ? אָרגאניזירט אן אָווגט, געווידמעט דעם אָנדענק פון די אומגעקומענע יידישע העל?דן אין דער בולגארישער ווירערשטאנד-באוועגונג.
דערעפענענדיק די אקאדעמיע, האָט ווינעטא קאלעווא, די מוטער פון דעם אומגעקומענעם פארטיזאן משה קאלעוו, איינגעלאדן אין פּרעזידיום די עלטערן פון די געפאלענע פּֿארטיזאנער. די פרוי קאלעווא האָט צווישן אנדערעס דערקלערט: ,,מען דארף באגריסן די איניציאטיוו פונעם יידישן קולטוריקלוב. פארן אָרגאניזירן אזעלכע אָוונמן. מיר דארפן נישט פארנעסן אין
די, וועלכע האָבן אָפּגעגעבן זייער?עבן, כדו מיר זאלן היינט קאָנען. לעבן פריי, בויען דעם סאָציאליזם און ארבעטן פארן שלום".
דער דאָצענט פאליקאר, האָט כאראקטעריזירט דעם העלדישן קאמף פון די יידישע פֿארטיזאנערהעלדן קעגן די פארהאסטע פאשיסטישע הענקער. דער רעדנער האָט אונטערגעשטראָכן, אז צוזאמען מיט אלע אנטי-פאשיסטישע קעמפער האָבן זיי מיט געווער אין האנט געקעמפט פאר א שענער און בעסער לעבן פון די ארבעטנדיקע אין בולגאריע קענן פעלקער-מערדערישן היטלער-פאשיזם, װאָס האָט זיך פארמאסטן אין דער ערשטער ריי אױיסצוראָטן דאָס יירישע פאָלק.
יי יי יי יי יי וו יי אונגארן האָט געשאפן א נייעם. מעריקאמענט קעגן אנעמיע
דער וויפנשאפטלעכעה ארבעט-קאָלעקטיוו פונעם אונגארישן וויסנשאפטלער און קאָשוט-פרייזטרעגער דר. געאָרו איוואנאוויטש און דער אספּיראנט דר. לאיאש א?פעלדי האָט בארייכערט די כעמישע אינדוסטריע מיטן שאַפן דעם מעדיקאמענט ,ב 12" װאָס ווערט אָנגעווענדט
מוט זיכערן דערפאלג קעגן אנעמיא פערניטשיאסע. דאָס שאפן דעם דאָזיקן מעדיקאמענט איז אויך פונעם פאָלקסדווירטשאפטלעכן שטאנרפּונקט פון א גרויסער באדייטונג ווייל ביז אצונד איז ,ב 12" געבראכט געוװאָרן אין א באדייטנדיקער צאָ? פון אויסלאנר.
פּאָליגראפישער צענטער נר. 8-- אינדוסטריעלע מלוכח-אונטערנעמונג..
נר. 188
נאָטיצן
א פארשטערטע שמחה
די אָפיצירן פֿון די ,,קעניגלעכע לופט-כוחות" אין דעם טיי? פון מערב-בערלין, װאָט איז אֶקופּירט דורך ענגלאנד, האָבן אין פאָריקן חורשׁ איינעגאָררנט. א פארוויילונגס-אוונט. די ענגלישע קאָמענדאטור האָט אויפגעפאָדערט די דירעקציע פון דער פאבריק ,אָסראם" צוצושטעלן ארבעטערינס אין עלטער פון 17 ביז 20 יאָר וועלכע זאָלן ,,וויילן" די ענגלישע ,דזשענטעלמענער".
ביי דער דאָזיקער געלעגנהייט איז כדאי צו באמערקן, אז דאָס איז נישט קיין אָריגינעלער אויפטו פון די ענגלענדער. די ,בראווע יענקעם" ווענדן א דעם דאָזיקן מין ,ספּאָרט"
אויף א מאסןיאופן נישט בלויז אין מערבדייטשלאנד, נאָר אומעטום, ווו זי שטעלן זייערע אלץ פארכאפּנדיקע שטיוול.
די ארבעטער ווען זיי האָבן זיך דערוווסט וועגן דער ,,איינלאדונג" פאר די ארעבעטערינס פון זייער פאבריק האָבן געדראָט, אז זיי וועלן מאפנווייז קומען כדי צו פאָטאָגראפירן די אָנטיילנעמער פון דער פארוויילונג און אוב ס'וועט נויטיק זיין-- אָנצונעמען מער ווירקנדיקע מיטלען...
די דאָזיקע אנטש?אָסענע שטעלונג מצד די ארבעטער האָט צעשטערט די פארוויילונג פון די ענגלישע אָפיצירן.
אינעם דאָזיקן משוגעת איז פאראן א מעטאָר
דאָס געריכט פון געשוווירענע אין קאָבלענץ (מערב-דייטשלאנר) האָט נישט?אנג צוריק ארויפגעגעבן א כאראקטעריסטישן אורטייל. באטראכטנדיק דעם פּראָצעס פון א געוויסן ריינהארד שאָסאן, וועלכער האָט פארנוואלדיקט זיין צוואנציקיאָריקע סעקרעטארין, דערנאָך צעהאקט זי מיט א האק אויף שטיקלעך האָט דאָס געריכט פארמשפּט אים אויף תפיסה, אָבער נישט צוגענומען ביי אים די בירגער- און ערןרעכט. די מאָטיוון פונעם אורטיי? זענען פאָלגנדיקע:
,דער פארמשפּטער איז געווען אן אֶפּיצִיר
בעת דער מלחמה און באקומען פיל ארדנס. דאָט געריכט האלט, אז עס דארפן נישט צוגענומען ווערן ביי אים די אָרדנס, וועלכע זענען געווען זיין שטאָלץ."
ס'האָט זיך געהאנדלט, פארשטייט זיך, וועגן היטלעריסטישע אָרדנס, אייגנטלעך איז זיך נישטאָ װאָס צו ווונדערן אויב די פארברעכער, וועלכע ווארפן אראָפּ דזשומע-באצילן אויף קאָרייעשע קינדער קאָנען טראָגן אָרדנס און געפינען זיך אויף דער פריי, טאָ פארוואָס האָט נישט דאָס דאָזיקע רעכט א מערדער וועלכער זיצט אין תפיסה.
די שרעקלעכע לאגע פון אונטעריכט אין די פארייניקטע שטאטן פון אמעריקע
די צייטונג ,וואשינגטאָן פּאָסט", פּובליצירט אן ארטיק? פונעם סענאטאָר הומפרעי וועלכער שטרייכט אונטער די שרעקלעכע לאגע פון די שול-לאָקאלג אין די פארייניקטע שטאטן. ס'ווערט אָנגעוויזן, אז לויט די אָפיציעלע דאטן זענען 40 פּראָצענט פון די שול-לאקאלן אין א נישט באפרידיקנדיקן צושטאנד. אריבער 8 מי
פונעם ישראלי,גן-עדן'
ליאן אמעריקאנער קינדער לערנען אין שׁולן וואָם זענען אויסגעזעצט דער געפאר פון שרפה.
הומפרעי ציטירט א שו? פון דער געגנט סיטלי וועלכע האָט פונקציאָנירט צוויי יאָר אין א קוילן-מאגאזין. אין דער געגנט פּאָרט היילו (שטאט קאנזאס) האָבן די קינדער געלערנט אין א שטאל.
חיפהער שטאָט-ראט געהעכערט די שטייערן מיט ,!'50
חיפה. דער חיפהער שטאָט- ראט האָט באשלאָסן צו העכערן די אלגעמיינע שטייערן מיט 0 פּראָצ. דער דירה-שטייער וועט געהעכערט ווערן אויף 40---80 פּראָצ. אין בודזשעט ווערן אויך פאָכגעזען דראסטישע רעדוקציעס אויף
סאָציאלע אויסגאבן. די פאָרשטייער פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי זענען שארף ארויסגעטראָטן קעגן דעם פאָרגעלייגטן פאָלקס-פיינטלעכן בודזשעט, וועלכער טרעפט שווער די ארבעטנדיקע מאסן.
עס וואקסט דער יקרות און די ארבעטסלאָזיקייט
תלדאביב--- דער פּרייז אויף נאפט איז געהעכערט געוואָרן מיט 28 פּראָצענט. די בעקערייען און בהמות-ציכטלער פאדערן צו העכערן די פּרייזן אויף כרויט און מילך.
צוליבן מאנג? אין ברען-שטאָף וועט באגרענעצט ווערן די צעמענטיפּראָדוקציע און אין
רעזולטאט דערפון וועט זיך בארייטנדיק פארגרעסערן די ארבעט?אָזיקייט צווישן די בויארבעטער. א
דאָס קאָמוניקאציע-מיניסטעריום האָט באשטעטיקט די 15 פּראצענטיקע העכערונג פון די טראנפפּאָרט-יטאריפן.
דעמאָנסטראציע פון ארבעטלאָזע אין חדרה
ת?יאביב. צווישן די איינוווינער פֿון חדרה הערשט א שטארקע ארבעטלאָזיקייט. מיט עטלעכע טעג צוריק איז פארן בנין פון ארטיקן
שטאָט-ראט פאָרגעקומען א גרויסע דעמאָנסטראציע פון ארבעטלאָזע, וועלכע האָבן באזעצט די ביוראען.
די קאָמוניסטישע פּארטיי פון ישראל רופט צום קאמף קעגן דעם איינשליסן דאָס לאנד אין אגרעסיע-"בלאָק
תליאביב. אין צוזאטענהאנג מיט די רעוועלאציעס וועגן געחיימען באריכט פון אדמיראל פעכטעלער, האָט די קאָמוניסטישע פּארטיי פון ישרא? פארעפנטלעכט פאלגנדיקע דעקל?אראציע:
דער שעף פון דער אָפּעראטיווער אפּטיילונג פון אמעריקאנער פלאָט, אדמירא? פעכטעלער, האָט לוט א געהיימען דאָקומענט, ואס איז פֿארעפנטלעכט געוװאָרן אין פּאריזער ,לע מאָנד", אויפגעדעקט אז די רעגירונג פון די פארייניקטע שטאטן פּלאנירט אָנצוהויבן א דריטע וועלטמלחמה און צו פארוואנדלען דעם ראיאָן פונעם מיטלענדישן ים אין א הויפּט-יבאזע פאר דער אמעריקאנער אגרעסיע קעגן ראטן-פארבאנד.
דאָס איז אן אומבאשטרייטבארער באווייז,
אז ד! אמעריקאנער מאכט-האָבער גרייטן צו א נייע ווע?לט-מלחמה!
די ב}-גוריון-רעגירונג, וואָס האָט אריינגעשלעפּט ישרא? אין אמעריקאנער רייטוואָגן, שליסט איין אונדזער לאנד אין די צוגרייטונגען צו א נייער וועלט-שחיטה.
דאָס ישרא?יפאָלק ווי? נישט קיין דריטע וועלט-מלחמה!
צום קאמף קעגן איינשליסן ישרא? אין אנטיסאָוועטישן בלאָק!
צוֹם קאמף קעגן אגרעסאָרישע באזעס אין אונדזער לאנד!:
נידער מיט די אמעריקאניש-ענגלישע מלחטחהעצער און זייערע?אקייען אין ישרא?!
זאָל לעבן דער שלום!
זאז: 8ס. 8סטמזאז-- 3 זא 0ןח0:1698ס!/ו8זאס=
'+