Jahrgang 
193 (1952) נר. 193 7-טער יאָרגנג
Einzelbild herunterladen

.

-348.110/981.10:084610 8 6:816ח36) וומטז}60:ו 1ו081סזק3 חזזס!םס0 6ז66148ז6 הז 13:1: 4818ססק 1388

8.6= ל-טער יאָרגאנג

:

געזעלשאפטלעך"ליטערארישער זשורנאל-- דערשיינט אונטער דער רעדאקציע פון א קאָמיטעט

אםזט.ם8-זטאו

זטזוואס- וטאט 5858סטסאסס 8טם 885סת

פּרייז באן 5 וח08{או}סז?

|

0

די קאָנסטיטוציע פון גלייכע רעכט פאר אלע ארבעטימענטשן

דאָס ארבעטנדיקע פאלק פון אונדזער לאנר איז שטאָלץ מיט זיינע דערגרייכונגען אויפן געביט פון לייזן די נאציאָנאלע פראגע. דער יסוד פוֹן די דאָזיקע דערגרייכונגען איז די לעניניסטיש-סטאליניסטישע פּאָליטיק, וועלכע גייט ארויס פונעם פּרינציפּ אז עס קאָן נישט זיין פריי א פאָלק וואָס אונטערדריקט אנדערע מעלקער און אז פאר אלע פעלקער און נאציאָ­נאליטעטן מוז מען פארזיכערן גלייכע אנטֿ­וויקלונגס-רעכבט.

דער פּראָיעקט פון דער קאָנסטיטוציע פאר­פעסטיקט די דאָזיקע וויכטיקע דערגרייכונגע! פון דעם פאָלקס-דעמאָקראטישן רעזשים. ארט, 1 פונעם פּראָיעקט שטעלט פעסט אז; ,פאר די ארבעטיטענטשן, בירגער פון דער רומענו­שער פאָלקסירעפּובליק, אן אונטערשיד פון נאציאָנאליטעט, ראסע, געשלעכט, איז געזיכערט די פולשטענדיקע גלייכבארעכטיקונג אויף אלע געביטן פונעם עקאָנאָמישן, פּאָליטישן און קולטורעלן לעבן."

רעדנדיק. איבער דעם ליקווידירן פון סיי וואָסארא נאציאָנאלע צעטיילונג און אונטער­דריקונג אין סאָוועטן פארבאנד, האָט חבר סטאלין געוויזן אז:, דאָס פעלן פון עקסםּלאָא­טאטאָרישע קלאסן, וועלכע זענען די הויפּט­ארגאניזאטארן פון דער שנאה צווישן פעלקער; דאָס פעלן פון דער עקספּלאאטירונג, וועלכע קולטיווירט דעם קעננזייטיקן אומצוטרוי און העצט אויף די נאציאָנאלע ווילדע אינסטינק­יטן; דער פאקט װאָס ביי דער מאכט געפינט זיך דער ארבעטעריק?אס, דער שונא פון סיי ואס פארא אונטערדריקונג און דער געטרייער טהעגער פון דער אידעע פונעם אינטערנאציאָ­נאליזם; דאָס רעאליזירן די קעגנזייטיקע הילף -צווישן פעלקער אויף אלע געביטן פונעם עקאָ­נאַמישן און סאָציאלן לעבן; ענדלעך דאָס אויפבליען פון דער נאציאנאלער קולטור פון די פעלקער פונעם סאָװעטן-פארבאנר, א נא­ציאָנאלע. קולטור אין דער פאָרם, סאָציאליסטיש אין אינהאלט--- די אלע פאקטאָרן און אנ­דערע אזעלכע פאקטארן האָבן געפירט צו דער ראדיקאלער ענדערונג פון דער פיזינאָמיע פון די פעלקער פון סאָוועטן-פארבאנד, אז ס'זאָל פארשווינדן ביי זי דער סענטימענט פון קעגנ­זייטיקן אומצוטרוי, אז ס'זאָ? זיך אנטוויקלען דאס געפי? פון קעגנזייטיקער. פריינטשאפט און ס'זאָל זיך סטאבילירן אן אמתדיקע ברי­דערלעכע מיטארבעט פון די פעלקער, אינעם סיסטעם פון א איינהייטלעכער פארבאנדישער מלובה".

די גרויסע פּאָליטישע, עקאָנאָמישע, סאָצי­אלע איבעראנדערשונגען װאָס זענען רעאליזירט געװאָרן אין די לעצטע יאָרן דורך אונדזער אר­בעטנדיקן פאלק אונטער דער אנפירערשאפט פון דער פּארטיי האָבן געמאכט אז עס זאָלן פארשווינדן די גרעסטע טיי? באדינגונגען ואס ברענגען די שאװיניסטישע שנאה, די נאציא­נאליסטישע דיווערסיע. חיינט פירט אָן דאָם לאנר דער ארבעטער-קלאס אין אליאנס מיטן ארבעטנדיקן פּוערנטום, בראש מיט דער פּאך­טיי, זיי פורן א אויסגעהאלטענעם קאמף קעגן די עקספּלאָאטאטאָרן, וועלכע באנוצן דעם שאָ­זויניסטישן נאציאָנאליזם אלס זייער הױפּט­וואָפן, א

פאר די ארבעט-מענטשן פון די נאציאָנאלע מינדערהייטן זענען געשאפן געוװואָרן אלע מעג­לעכקייטן צו באטייליקן זיך אין דער אנפו­רעלשאַפֿט פון אונדזער מלוכה, צו באשעפ­

טיקן זיך מיט סיי װאָס פארא שעפערישער טע­טיקייט, צו לערנען אין די שׁולן אין דער איי­גענער מוטער-שפּראך, כדי צו אנטוויקלען א נייע קולטור, נאציאָנא? לויט איר פאָרם, סאָ­ציאליסטיש לויט איר אינהאלט.

אזוי כאטייליקן זיך א סך ארבעט-מענטשן פון די רייען פון די נאציאנאלע מינדערהייטן אין דער גרויסער נאציאנאלער פארזאמלונג, פארנעמען פונקציעס און מלוכח-". און עקאָ­נאמישן אפּאראט, ארבעטן אין וויסנשאפט­לעכע אינסטיטוציעס, אין לימוד א. א. וו. פון די נאציאנאלע מינדערהייטן זענען פאראן אי­בער 18.700 דעפּוטאטן אין די פאָלקסיראטן און איבער 6.800 ריכטער, פאָלקס-אסעפאָרן און יוסטיץ-באאמטע. אונדזער פאָלקס-רעטאָ­קראטישע מלוכה האָט געשאפן 8.885 שול­און פארשו?-איינהייטן אין די שפּראכן פון די נאציאנאלע מינדערהייטן. 308.029 שילער און קינדער האָבן באזוכּט די דאָזיקע איינ­הייטן אינעם שולדיאָר 1981---1982.און אי­בער 1800 קולטור-היימען ווערן געגעבן גע­ווענטלעך קולטור-קינסטלערישע פּראָגראמען

אין די שפּראכן פון די מיטלעבנדיקע נאצואָ­

נאליטעטן. אין אונדזערע פארלאגן דערשיינען כפדר ביכער מיט פּאָליטישן, ליטערארישן און

וויסנשאפטלעכן כאראקטער אין דער אונגארי-|

שער, דייטשער, סערבישער, יידישער א. א. שפּראכן. פון דער באפרייונג פון אונדזער לאנד ביז צום סוף יאר 1980 זענען געדרוקט גע­װאָרן אין די שפּראכן פון די נאציאנאלע מינ­

| דערהייטן, 8100 טיטלען פון ביכער מיט א

טיראזש פון 22 מיליאָן עקזעמפּלארן; אין 0 אליין זענען דערשינען 888 טיטלען פון אזעלכע ביכער אין א טיראזש פון 0) עקזעמפּלארן. היינט דערשיינען אין אונדזער לאנד 45 צייטונגען און צייטשריפטן אין די שפּראכן פון די נאציאנאלע. מינדעך­הייטן. עס פונקציאגירן מלוכה-טעאטערס אין דער אונגארישער און יידישער שפּראך און עס האלט זיך אין גרינרן א מלוכה-טעאטער אין דער דייטשער שפּראך.

דער פּראָיקעט פון אונדזער נייער קאָנסטי­טוציע פארשטארקט די דאָזיקע גרויסע פאך­ווירקלעכונגען. דער ארטיק? 82 ווייזט: ,אין דער רומענישער פאָלקס-רעפּובליק ווערט גע­זיכערט פאר די נאציאנאלע מינדערהייטן דאָס רעכט פּרוי זיך צו באנוצן מיט דער מוטער­שפּראך, דער לימור פון אלע גראדן אין דעך מוטער-שפּראך, ביכער, צייטונגען און טעא­טערם און רער-מוטער-שפּראך. אין די בא­צירקן באוווינטע אויך פון באפעלקערונגען פון זאנרערע נאציאָנאליטעטן וי די רומענישע, וועלן אלע אָרגאנען און אינסטיטוציעס בא­

נוצן מינדלעך און שריפטלעך אויך די שפּראך.

פון דער באטרעפנדער נאציאנאליטעט אָדער פון אנדערע אָרטיקע, וועלכע קענען די שפּראך און דעם אופן פון לעבן פֿון דער אָרטיקעך באפעלקערונג." דאס שאפן די מאניארישע אױיטאָנאמע געגנט, אויף דער טעריטאָריע בא­װווֹנט פון דער קאָמפּאקטער מאגיארישער סעקואישער באפעלקערונג, איז אויך א בא­וויין אויף דער לעניניסטיש-סטאליניסטישער פּאַליטיק פון אונדזער פּארטי!, וועלכע פּאָלגט נאך צו פארשטארקן אומאויפהערלעך די סאָ­לידאריטעט פונעם רומענישן פאָלק. מיט די נאציאָנאלע מיגדערחייטן אין קאמף פאר דער סאַציאליסטישער צוקונפט פון אונדזער געמיינ­זאם היימלאנד, 7

דאס לעבן פון דער יירישער ארבעטנדיסע.

(המשוך אויף זיים ג)

שם--------ן--ם--םםם-שששש-ש-ש-בששבבסשששטטיסשישססייבבי,

רעדאקציע: בוקארעשט, מאטעי באסאראב 82 טעל. 4,80,22

1612 ,8 2 מחתח1285 1861 ,841סטוסח3!:116486)18 יי.

קאלע. פּלענאר-זיצונג ווו די טעכניקער האָבן באשלאָסן זיך צו נעמען קאָנ­קרעטע התחייבותן לכבּוד דעם יוםיטוב פון אונ­

0 טער יולי 1952 וז 161 30 יעדע דירעקטע אָדער אומדירעקטע באשרענ­

קונג פון די רעכט פון די ארבעט"מענטשן, בירגער פון דער רומענישער פאָלקס-רעפּובליק, דאָט פעסט­

שטעלן דירעקטע אָדער-אומדירעקטע פריווילעגיעס אויפן גרונט פון ראסע. אָדער נאצ'אָנאליטעט צו וועלכער עס געהערן די בירגער, סיי פאר א מאניפעסטירונג פון שאָװעיזם, ראסנהאס, נאציאָ­נאַלער האס אָדער נאציאָנאליסטיש-שאָװועיסטישע פּראָפּאגאנדע ווערט באשטראָפֿט דורכן געזעץ.

(פונעם פּראָיעקט פון דער קאָנסטיטוציע פון דער ר. פ. ר.)

דער סטאכאנאוויסט אבראמאוויטש רובין

אינעם פּראָיעקט פון דער קאָנטטיטוציע פון דער רומענישער פאָלקט-רעפּובליק איז פֿאָרויס­געזען אין ארטיקל 81 אז ,פאר די ארבעט­מענטשן, בירגער פון דער רומענישער פֿאָלקס­רעפּובליק, אֶָן אונטערשיד פון נאציאָנאליטעט, ראסע, געשלעכט, איז געזיכערט די פולשטענ­ריקע גלייכבארעכטיקונג אויף אלע געביטן פונעם עקאָנאָמישן פּאָליטישן און קולטורעלן לעבן".

די דאָזיקע רעכט ווערן גאראנטירט דורך די אלץ ברייטערע מעגלעכקייטן ואס שאפן זיך אין דער סאָציאליסטישער אויפבוי-ארבעט אויף אלע גרויסע שאנטיערן און אונטערנעמונגען פון אונדזער לאנד.

צווישן די טויזנטער שלאָגלער, אינאָוואטאָרן, אריינגעצויגענע אינעם פּֿאטריאָטישן שווונג פון בויען דעם סאָציאליזם אין אונדזער בא­פרייט היימלאנד, געפונען זיך אויך אומצאָ­ליקע יידישע ארבעט-ימענטשן. זיי דארפן היינט זיך נישט מער באשעפטיקן מיט מנחם-מענרפ­פּרנסות און האָבן די מעגלעכקייט בייצוטראָגן איניינעם מוטן גאנצן ארבעטעריפאָלק 4 צום אויספירן די אויפגאבן פון אונדזער ערשטן פינף-יאָר-פּלאן און שאפן פאר זיך און פאר זייערע משפּחות א שענער און בעסער לעבן.

אױינער פון זיי איז דער אייזנטאָקער-סטא­כאנאָוויסט אבראמאָוויטש רובין, פון דער או­זינע ,סטעאוא ראָשיע" פון בוקארעשט. אין דער צייט פון דעם בורזשואז"פּריצישן רעזשים, איז ער געווען א משרת ביי פארשידענע יידישע באלעבאטים און איז אויסגעשטאנען אלע דערנידריקונגען פון זיינע ,ברויט-געבער" און אויך די ראסיאלע פארפאָלגונגען. נאך אונ­דזער באפרייונג דורך דער זיגרייכער סאָוע­טישער ארמיי, א דאנק דער אויפקלערונגס­ארבעט פונעם יידישן דעמאָקראטישן קאָמי­טעט, האָט ער באשלאָסן זיך איבערצוקווא­

ליפיציר|. אין. דער אוזינע ,סטעאוא ראָשיע"?

האָט ער אויסגעלערנט דאָס פאך פון אייזנ­טאָקער און מיט דער הילף פון זיינע ארבעט­חברים איז אים געלונגען זיך צו אנטוויקלען און ווערן א שלאָגלער.

וויאזוי זאָל נישט אבראמאוויטש רובין היינט שטעלן זיין גאנצן כוח אין דינסט פון אונדזער היימלאנד וואָס האָט פאר אים גע-" שאפן אזעלכע ווונדערבארע פּערספּעקטיוון? וויאזוי זאָל ער נישט האסן די אמעריקאנער מלחמה-צינדער און זייערע ציוניסטישע משי­תים װאָס װאָלטן אים געוואָלט זען ניך וואל­גערן אין א געלעכערטן צעלט און ארויס­קוקן אויף דער בן-גגריונישער ,,השגחה"? אבראמאוויטש רובין ווייסט אז דאָס נייע לעבן אין וועלכן ער איז א מיטבויער שטייט זיינע נעכטיקע באלעבאטים ווי א ביין אין האלדו. ער ווייסט אז די ברידערלעכע הילף װאָס ער האָט באקומען אוֹן באקומט טאָג טעגלעך פון זיינע רומענישע ארבעטיחברים איז גאר נישט צום הארצן די ציוניסטישע אויסווורפן. דעך­פאר שפּאָרט ער נישט קיין מי אוּן מאכט פון זיין פרירלעכער ארבעט א מעכטןנק געווער אין קאמף פאר שלום,

א דאנק דעם אָנווענדן די פאָרגעשריטענע סאָוועטישע מעטאָדן פון גיך שניידן די מע­טאלן און איבערגעבן אין גאנג די מאשין דעם צווייטן שיכט, געלונגט, אים איבערצושטייגן טעגלעך די נאָרמע מיט 80 פּראַצענט.

צווישן זיינע דערפאָלגן ציילט זיך אויך דאָס קוואליפיצירן אויפן ארבעטיפּלאץ צוֹיי יונגע חברים.;די דערגרייכונגען פון אבראמאָוויטש רובין קען נישט אָפּגעטײיילט ווערן פון זיין חברם,?אזער געאָרגע, וועלכער האָט אים געץ­האָלפן אין דער ארבעט און באגלייך מיט אים דערגרייכט דעם ערן-טיטל סטאכאגאַוװיסט.

דער טאָג אין וועלכן די צוויי ארבעט-חברים, לאזער געאָרגע און אבראמאוויטש רובין, זענען באשטעטיקט געוואָרן אלם' סטאכאנאוויסטן, איז געווען א יום-טוב פאר אלע ארבעטער פון דער אוזינע ,סטעאוא ראָשיע".

פארברידערט אין דער ארבעט, שטייען אויף דער וואך די ארבעטימענטשן פון אונדזער היימלאנד און קעמפן אונטער דער אָנפירונג פון דער רומענישער ארבעטער-פּארטיי קעגן די שונאים פון שלום, קעגן די שונאים פֿון אונ­דזער ניי און גליקלעך לעבן.

לכבוד דעם 23יטן אויגוסט

דורך דער קאָטלעאר-מעטאָד ועט וואקטן די צאָל קוואליפיצירטע ארבעטער ביי דעם

פּראָדוקציע קאָאָפּעראטיוו פון שנײַדער ,,7-טער נאָועמבער" פון סיגעט

די אָנפירונג פונעם שניידער-קאָאָפּעראטיוו ;זיטער נאָוועמבער" פון סיגעט, גיט זיך אָפּ אויף א באזונדערן אופן מיטן העכעױן דעם קוואליפויצירונגס-ניוואָ פון די קאָאָפּעראטאָרן. דא ניט לאנג, האָבן 10. קאָאָפּעראטאָרן אָפּגעשלאָסן קאנטראקטן וועגן קוואליפיצירן אויפן אָרט פון ארבעט מיט 18 חבּרים און חברטעס וועלכע ווונטשן צו- העכערן זייער פּראָפּעסיאָנעלן ניוואָ. אט אזוי ארום, וועט דער חבר גאָרזשעא מי­

כאי קוואלימוצירן די חברטעס וויזאוער עלי­זאבעטא און סעראטאָן מארגארעטא..

{ דער חבר יוסף שטיין, וועט קוואליפיצירן דעם חבר אפאן וואסילע און די חברטע טשי­סאר יוליאנא, די חברטעס קאָמאן מאריא און לקוטשעא יוליא א. א. אונטער דער אנפירונג פונעם= טעכניקער קײימאָוויטש דומיטרו, נעמען אָנטיי? די קאָ­אָפּעראטאָרן וועלכע קוואליפיצירן זיך אויפן אָרט פון. פּראָדוקציע, אויך ביי א טעאָרעטישן קורס,

טאָרעספּ. ס. יאָסיף

אָפּשפּאָרונגען און נאָרמעס"איבערשטייגן

ביי דער טעפּ-פאבריק ,גראניטו?-מיכאילען", איז אָפּגעהא?טן געוואָרן, די טעג, א סינרי­ארבעטער און

דזער באפרייונג. אזוי ארום, קומען איצט פאָר סאציאליסטישע פארמעסטן צווישן די אָפּטֵיי­לונגען פון ארבעטער וועגן איבערצושטיינן דֶעם פּלאן, וועגן אויסצובעסערן די קוואליטעט פון די סחורות און דיסציפּלין אין דער ארבעט.

אזוי ארוום איז געלונגען די ארבעטער:

בורסאק ס., ווילהעלמינא ס., ראמאסקין וו.

קאנגעלאָווסקי ע. און אנהערע, איבערצושטייגן טעגלעך דעם פּלאן מיט 20---70 פּראָצענט. אל

די ארבעטער פון דעם פּראָדוקציע-קאָאָפּערא­טיוו-טער מאי", האָבנדיק פאר זיך די אוים­גאבן װאָס שטייען פאר זיי אין קאמף. פארן פארשטארקן. די געלטדרעפאָרם און וועגן אויס­נוצן דעם אָפּפַאל און מאכן אָפּשפּאָרן, אין זי גֶעלונגען אין חודש יוני ה. י. אויסצוארבעטן פארשידענע סחורות פארן מאסן-געברויך וי פאנדאלן,. לעדער-גארטלען, בייטשן א. א. אין דער ווערט פון 28,990 ליי. ס'זענען אויך גע­מאכט געװאָרן אָפּשפּאָרן פון 20 פוס לערער און 15 קג.. זוילן.