נר. 195
,איקוף-בלעטער"
די בורזשואזע דעמאקראטיע
אין דער ווירקלעכקייט
9 דאָלאר מיט 80 סענט פאר א יידישן קאָפּ
דעם דאָזיקן פּרייז האָבן אין דער באנדיטןמדינה אין וואסענאאר, הינטער האאג, פעסטגעשטעלט די בעלי-טאקסע פון בן-גוריוֹנען. צוזאמען מיט אדענאוערפ יידן-מעררער.
9 דאָלאר מיט 80 סענט פאר געהרגעטע, פארגאזטע, פארברענטע, לעבעדיק-באגראָבעגע יידישע בחורים און מיידעלעך, זקנים און קינדער, פאר יעדן פון די זעקס מיליאן יידן ואס זענען דורך די שותפים פון דער יידושער בורזשואזיע און פון דער יידישער סאָה ציאלידעמאָקראטיע אומגעבראכט געוואָרן אין די שרעקלעכסטע יסורים,
9 דאָלאר מיט 80 סענט פון אן אָפּגעשניטענעם יידישן קאָפּ-- אט איז דער נדן וואָס די היטלערימערדער גיבן אויף אויתצובויען די מדינה, אין וועלכער עס הערשן די נאָכפאָלגער פון די רומקאָווסקיס און גענס, פון די נאנצווייכס און מערינס,
9 דאָלאר מיט 80 סענט---אזוי פיל איז ווערט א יידיש ל?עבן לויטן חשבון פון ב;-גוריונען.
וועלן די יידישע פֿאָלקסימאסן פארגעדענקען דעם דאָזיקן חשבון כדי צוצושטעלן די בןזורשנישע שותפים פון די היטלער-אויסראָטער אן אנדערן חשבון-- א חשבון וועלכן זיי וועלן מוזן צאָלן אזוי וי דאָס האבן געצאָלט די געמשפּטע און נירענבערג.
דער שענדלעכער איינפלוס פון די אמעריקאנער ביכער אויף די ענגלישע קינדער
אין דער צייט פון די דעבאטן וואָס זענען ניט פון לאנג פאָרגעקומען אין ענגלישן פּארר לאמענט, האָבן א ריי לייבוריסטישע דעפּוטאטן אונטערגעשטראָכן דעם שעדלעכן איינפלום װאָס עס האָבן אויף די קינדער די אזויגערופענע אמעריקאנישע ,,קאָמיק/ס װאָס זענען פארשפּרייט אין ענגלאנד, און האָבן פארלאנגט אז די רעגירונג זאָל נעמען מאָסמיטלען צו פארטיידיקן די קינדער קעגן דעם דאָזיקן איינפלוס,
דער כאראקטעריסטישער שטריך פון די דאָ-| זיקע ,קאמיק"ם איז דער סאדיזם. מען האָט|
באהויפּטעט אז די ,קאָמיקס" שטייערן מיט צום וווקם פון די פארברעכנפ אין די רייען פון די יוגנטלעכע.
נעמענדיק דאָס װאָרט אין נאָמען פון דער דעגירונג, האָט דער פּארלאמענטיסעקרעטאר פאר אינערלעכע ענינים דערקלערט, אז דאָס פארבאָטן די ,קאָמיק"ס איז פארבינדן מיט געוויסע ,שטערונגען" וויי? לויט דער דערקלערונג פון דער ענגלישער מלוכהפפּראָקוראטור זענען זיי פונעם לעגאלן שטאנדפּונקט אויס, נישט אומאנשטענדיק".
די ,פרייהייט" אויסצו דריקן אדענאוערט איבערצייגונגען
די בורזשואזע ,דעמאָקראטיע" רעדט זייער א סך וועגן דער פרייהייט פון געוויסן, פונעם { װאָרט און פון א סך אנדערע פרייחייטן. אָבער אין דער ווירקלעכקייט עקזיסטירט אין דער דאָלאר-זאָנע נאָר די פרייהייט פון יענעם װאָרט ואס פארשטעלט דעם אמת. יעדע קריטיק אויף די מכות פונעם קאפּיטאליסטישן רעזשים ברענגט נאך זיך אומצאָליקע פארפאָלגוננען, אזוי איז געשען אין מערב-דייטשלאנד מיטן סאציאל-קריסטלעכן דעפּוטאט באָדענשטיינער. דער דאָזיקער האָט קריטיקירט--- גענוג באשיידן--- אדענאוערס מל?חמה"פּאָליטיק, האָט אָנגעהויבן קעגן אים א ווילדע קאמפּאניע פון רבילות און דראונגען. און כדי אים צו שטילן, האָט אעדנאוער אים געצווונגען צו חתמענען
דוי פֿאָלגנריקע דעקלאראציע: ,איך נעם אויף'
זיך, אז אין דער צוקונפט זאָ? איך אלע מיינע דעקלאראציעס, בנוגע דער קריטיק פון דער פּאליטיק פון די אָנפירנדיקע קרייזן, ברענגען, איידער איך פּובליציר זיי, פאר א קאָלעג פון דער סאָציאליקריסטלעכער פארטיי און איך זאָל מיך אונטערווארפן די עווענטועלע באמערקונגען װאָס ער וועט מאכן צו מיין קריטיק.":
מיט אנדערע ווערטער, אין דער- צוקונפט, וועם דער דעפּוטאט באָרענשטיינער האָבן די /פרייהייט" אויסצודריקן אדענאוערס איבערציינונגען.
עגלמי. 1,223 ער ר
חורבן וװוארשע
(חמשך פוּן פאָרישן נומער)
אויפן אָרט האָבן די היטלעריסטישע וועלף רעדוצירט דִי. ארבעטער. זיי האָבן גלייך באשטימט וויפ? מענטשן א ,שאָפּע?" דארף באשעפטיקן. פון עטלעכע טויזנט איז געבליבן עטלעכע הונדערט. פון עטלעכע-עטלעכע צענדליק. די רעשט, ס'רוב פרויען, קינדער, יוגנטלעכע, אלטע מענטשן, האָט מען ארומגערינגלט, אויסגעשטרעקט צו זיי די ביקסן, געשלאָגן מוט ראפּניקעס איבער די קעפּ(די דייטשישע באנדיטן שלאָגן נאָר אין קאָפּ אריין) און אָפּגעפירט אויפן פּלאץ פון טויט.
מענער זענען אין איין רגע געבליבן אָן װייבער. טאטעס אַן קינדער. קינדער אֶן טאטעס, טאָמער האָט עמעצער געװאָלט מיוטגיין מיטז ווייב, מיט טאטעימאמע--- האָבן אים די באנדיטן מערדערלעך געשמיסן איבערן קאָפּ און בשום אופן נישט געלאָזט. צו וואָס? אז מאָרגן, אָדער איבערמאָרגן וועט ער סיי וי סיי אריינפאלן אין זייערע הענט.
צענרליקער טויזנטער מענטשן זענען ארויסגעשלעפּט געוואָרן פון די ,,שאָפּעס".
חונדערטער טויזנטער זענען שוין נישטא.
איז אפשר וועט שוין איצט זיין גענוג? איז נאָך אלץ די חיה נישט געזעטיקט? האָט זי זיך נאָך אלץ נישט אָנגעזופּט מיט אונדזער בלוט?
עס גייט שוין דער 81 אויגוסט דער פערציקסטער שחיטהיטאָג. עפּעס א רויקער טאָג. די גאסן ליגן אױיסגעשטאָרבענע, פארגאסענע מיט זון. היינט שיסט מען נישט. מען פירט נישט קיין פּארטיעם און מען פֿירט נישט קיין מתים. זאָ? די מגפה זיך האָבן איינגעשטילט?
דא און דאָרט בֿאווייזט זיך א קאָפּ. א יינגל קומט ארוים פון א לאך אוֹן האט צו פאךקויפן פּאפּיראָסן. וִוי גליקלעך מען איז! א סימן. פון לעבן האָט זיך באוויזן. צוויי הונדערט טויזנט יידן זענען שוין ביז היינט פֿארטיליקט געוואָרן. צוויי הונדערט טויזנט קדושים. אָבער די װאָס זענען געבליבן, װאָס האָבן זיך אָפּעגראטעוועט ווילן ווייטער לעבן.
אמת, אין גאס איז שׁוין א ביס? צו שטיל. צו שטי? איז אויך נישט גוט. מען האָט מור פאר דער דאָזיקער שטילקייט. זי זאָגט נישט אָן קיין גוטס. דער מערדער מוז אוודאי פּלאגעווען א נייע טייוולאָנישע אוױיסראָטונג.
ווי? מען דווקא איצט, מיט אלע רמח אברים ווערט מען זיך, האלט מען זיך אויף, דווקא איצט, ווען דער טויט גייט דיר נאָך טריט ביי טריט, ווען ער ליגט מיט דיר אויפן געלעגער, ווען דו עסט אים אריין אין זיך. און פּאמעלעך, פּאמעלעך, אזוי וי לונאטיקער קריכט מען ארויס פון די באהעלטענישן, קוקט מען זיך אום, פרעגט מען איינער דעם אנדערן, װאָס עס הערט זיך אויף דער גאס און אויף יענער גאס. אט פארקויפט שוין עמעצער א ברויט, א ציבעלע, א שאכט? שוועבעלעך. אט גייט שוין א רויך פון א קוימען. א סימן, אז מען קאכט א ביס? געקעכטס. א קאץ באווייזט זיך, א הונט בילט, אלץ סימנים פון לעבן. אוֹיף איין אָרט קלאָגט מען א ביטערע קלֿאָג: עס
| פעלן נאנצע משפּחוֹת. און אויף אן אנדער
אָרט פאלט מען זיך אויף די העלדזער. מען איז דאָ! מען איז נישט אומגעקומען! מען לעבט!
אזוי גייט איין טאָג נאך א טאָג, א דריטער טאָג. די חרוב-געוואָרענע גאסן ווערן פולער, צו ערשט דאָ א מענטש, און דאָרט א מענטש, שפּעטער צענדליקער= מענטשן, הונדערטער,
{ טויזנטער. מען לויפט גיך, מען קוקט זיך אום.
טעט
= די פכנה לויערט פון יעדן ווינקל?, אָבער דער.= . כח פון לעבן איז שטארקער.
מען האָט שוין צייט צו דערמאָנען זיך, אז
אין עטלעכע טעג ארום איז ראש-השנה. א בי
טערער ראש-השנה וועט דאָס זיין א שווארצער, א פינצטערער. ביים, מי יחיה" און ,מי ימות" וועלן טייכן טרערן פֿארגאָסן ווערן. זאָפ נאָר זיין רויק, זאָל מען לאָזן דעם אָטעם באפּן,
דער זומער ווי? זיך גאָרנישט שיידן מיט דער וועלט, איין טאָג איז זוניקער וי דער אנדערער. די וועלט איז שיין. אלע מענטשן, אלע באשעפענישן, אלע גראָזן און אלע געוויקסן האָבן דאָס רעכט צו געניסן פון דער שיינקייט. בלוין צוויי הונדערט טויזנט פון אוֹנדזערע ברידער און שוועסטער וועלן שוין קיינמאָל נישט אָנזעען די זון. פארוואָס?..,
וװאָרום דאָס, וואָס די רוצחים האָבן אויםגעקלערט אין פארלויף פון די עטליכע טעה, ווען ס'איז מכלומרשט שטיל געווען, דאָס גייט איבער יעדן מעגטשלעכן פארשטאנד. דאָס אין אזוי ראפינורט-סאדיסטיש, אזוי גזלניש, נאָר די פארשאָל?טענע גזה פון דיסלדאָרפער וואמפּיר האָט געקאָנט פאלן דערויף.
אין דער נאכט פון 5 אויפן זעקסטן סעפּבער, אי דער נאכט פון שבת אויף זונ
דייטשן געגעבן דער יירִישׁ
טיק, ווען פרומע יידן האָבן זיך געגהייט צו זאָגן סליחות, איז אראָפּגעפאלן א נייער דונער פון. הימל. דער. לעצטער הונער. אָבער געפאלן איז ער מיט אזא טייוולאָנישן כוח, מיט אזא ברענענדיקן אימפּעט, אז ער האָט אָפּגעמעקט אלץ, ואס האָט נאָך געהאט א שטיק? סימן פון לעבן.
װי פ'איז שוין. פריער דערציילט געוואָרן, האָבן ייִדן געמעגט גיין אין גאס פון 9 אזייגער פארטאָג ביז 90 אזייגער אין אָווגט. אין דער נאכט פון 5 אויפן 6 סעפּטעמבער 1942.-האָט. מען פּלוצלינג דערהערט הינטער די פענצטער א שטארקע אייקלענריקע באוועגונג פון טויזנטער, טויזנטער מענטשלעכע פיס, װאָס קומט איצט פאָר אין גאס? ס'איז דאָן נאָך האלבע נאכט. ווער האָט עט דעם מוּט צוּ באווייזן זיך איצט אויף דער גאס? האָט שוין היטלעד איינגענומען א מיתה משונה? איז שוין די וועלט באפרייט געווארן פון דעם בלוטיקן הונט?
די באוועגונג איז געוואָרן ואס אמאָ? געדיכטער, ואס אמאָל שוימיקער. נישט מען איז געגאנגען, נאָר געלאָפן. די גאס|ן אליין זענען דאכט זיך, געלאָפן. וווהין און נאָך װאָס לויפט מען? ווער זענען דאָס די מענטשן? און ווער טרייבט זיו?
די טויערן, װאָס זענען גאנצע וואָכן געווען פארהאמערט אין מיטן טאָג, זענען איצט געשטאנען אָפן. קיין באלויכטונג האָבן די גאסן נישט געהאט. נישט די גאסן און נישט די שטובן. האָבן זיך גאנצע מהנות פינצטערע שאָטנם געשטופּט אין איין טויער אריין, פון אנדערן טויער ארויס, געשטופּט געשריגן, געשאָלטן, געיאָמערט. /'.
פארשטייט זיך, אז ס'איז נישט געווען אין יענער נאכט קיין איין יירישע שטוב, וי מענטשן זאָלן קאנען צו טון אן אויג. מען האָט זיך אויפגעריסן פון די געלעגערס און אין איין פּחד--- אראָפּגעלאָפן געװואָר ווערן, אפשר אן ערד-ציטערניש, אפשר א שרפה, אפשר באָמכארדירט מען די שטאָט?
גענוי האָט קיינער גארנישט געקאָנט דערציילן. עס זענען געפאלן אָפּגעהאקטע פארקייכטע ווערטער, אז די קהלה האָט געקריגן א באפעל, אלע יידן זאָלן זיך פרייוויליק צושטעקן אויפן אומשלאג-יפּלאץ. אנדערע האָבן געטענהט, אז ס'איז נישט אמת: די קהלה האָט קיין שום באפעל נישט געקריגן און אויב יאָ, מייגט מען דאָס די יידישע פּאָליציי. אויב בלויז די פּאָליצײי, װאָסיזשע לויפן אלע נישט פּאָליצייאישע יידן?
דא און דאָרט האָבן זיך פארזאמלט רערלֿעך מענטשן. אין דער פינצטער האָט מען געקרעכצט, אין דער פינצטער האָט מען זיך אָנגעהאלטן איינער ביים אנדערן, מען זאָ? זיך נישט פארלירן. קינדער, האלב-נאקעטע און אויפגעריסענע פון שלאָף האָבן זיך געטוליעט צו זייערע מאמעם. װואָס וועט זיין מיט אונדז?
-- האָבן אלע געפרעגט-- װאָס נייט אויף אונדז? און פּונקט אזוי, װי א שווער-קראנקער
ווארט אויפן ערשטן שיין פון טאָג, מיינענריס, אז די יסורים זיינע וועלן געלינדערט ווערן, אזוי האָבן הונדערט און פופציק טויזנט יידן, װאָס האָבן זיך דערוויי? אָפּגעראטעוועט פון אונטערגאנג, געווארט אויפן טאָג,
דער טאָג איז ענדליך געקומען--- אזוי וי אויףּ להכעיס, אויסגעלייטערט און זוניק. ערשט איצט האָט מען געזען, וי אזוי די מענטשן זעען אויס--- צעקנייטשטע או} צעבראָכענע מיט אױסגעלאָשענע אויגן, מיט איינגעפאלענע פּנימער, מידע פון דעם פּיין, אפּאטישע, רעזיגנירטע. זאָל שוין זיין, װאָס עס האָט צו זיין. זאָל מען אונדז שיסן, זאָל מען אונרן שעכטן, אָבער זאָל מען אזוי נישט פּייניקן,
נישט מאטערן מיט דעם אומכאקאָנטן, װאָס
לויערט אויף אונדז.
ביי דער ליכטיקער שיין פון טאָג האָבן שוין די מענטשן אינגאנצן פארלוירן דעם. פארשטאנד. מען איז געלאָפן, וי די משוגענע אין אלע זייטן. עמעצער איז צוריקגעקומען פון דער קהלה מיס א ידיעה, אז דאָרטן ווייסט מען פון גאָרנישט. לייכטזיניקע האָבן געגלויבט און מיט דערלייכטערונג אָפּגעזיפצט. אנדערע, רי ואס זענען געוווינט נישט צו גלויבן און יענע. װאָס ווייפן, אז א הונט בילט און היטלערעדט, איז אלץ, איינס-- האָבן שווער און ביטער אָפּגעזיפצט. גלאט איז עס נישט.
און עס איז טאקע נישט געווען גלאט. ארום זיבן אזייגער אינדערפרי האָבן זיך באוויזן פּלאקאטן אויף די מויערן, אונטערגעשריב! ווירער בלוין דורכן יידישן ראט, אז לױיט דער פאראררענונג פון דער דייטשישער מאכט(אלע פאראָררענונגען בנוגע דעם גירוש האָבן די ער קחלה מונדלעך)
מוזן אלע יידן, װאָס באוווינען דאָס אזוי גערופענע גרויסע געטאָ, פארלאָזן זייערע היימען היינט ביז 10 אזייגער אינדערפרי און פארזאמלען זיך אויף די גאסן: סמאָטשע, גענשע, דזשיקע ביזן פּוריסאָווער פּלאץ. די שטובן טאָרן נישט ווערן פארשלאָסן. אלץ, וואָס עם געפינט זיך אין שטוב מוז בלייבן אזוי וי עס גייט און שטייט. מיטנעמען מעג מען בלוױין עסנווארג אויף דריי טעג און א כלי אויף ווא" סער. ווער פון די יידן עס וועט בלייבן אין גרויסן געטאָ נאָך 10 אזייגער, דער וועט דערשאָסן ווערן.
אין פּלאקאט איז אויך געזאָגט געוואָרן, אן דאָס פארזאמלען זיך אויף די גאסן: סמאטשע, גענשע, דזשיקע ביזן פּוריסאָווער פּלאץ קומט פאר צוליב רעגיסטראציע.
וװואָסער רעגיסטראציע? וועמען גייט מען דאָ רעגיסטרירן? דאָס איז אין פּלאקאט נישט געזאָגט געװאָרן(אגב אלע פּלאקאטן, אונטע-געשריבענע פֿון יידישן ראט זענען אזוי נישט קלאָר און אזוי נאריש, אז מען האָט זיי געקאנט לייענען פון אויבן ביז אראָפּ און פֿון הינטן ארויף).
מילא, נישט דאָס איז דער עיקר. דער עיקר איז, אז דעם דאָזיקן מערדערישן באפעל האָט די יירישע קהלה באקומען מונדלעך אין מיטן דער נאכט. ביז} אזייגער אינדערפרי האָט די קחהלה נישט באוויזן אָפּצודרוקן די פּלאקאטן. אָבער מענטשן זענען סיי וי סיי געװאָר געװאָרן און אין מיטן דער נאכט גענומען לויפן (דער פּלאקאט װאָס. האָט זיך באוויזן דעם 6
, סעפּטעמכער אינדערפרי האָט ערלויבט צו גיין
א גאנצע נאכט פון 5 סעפּטעמבער).
וווהין מען לויפט, נאך ואס מען לויפט, האָט זיך קיינער נישט אָפּגעגעבן קיין חשבון.
ס'איז נישט צו באגרייפן מיטן פּשוטן שבל, וי אזוי הונדערט און פופציק טויזנט מענטשן, אויפן פמך פון איין נאריש שטיק פּאפּיה, האָבן איבערגעלאָזט אויף הפקר זייער האָב און גוטס און געלאָפן איכערגעבן זיך אין די הענט פון גזלן,
קיינער האָט זיך נישט אָריענטירט, אפשר געציילטע, אז דאָם אריינטריבן די מענטשן און פיר אָדער פינף געציילטע גאסן--- איז א שטייג פון וועלכער די מערדער וועלן יִעדן איינציקן. ארויסנעמען קושנדיק. דער היטלעריסטישער פּלאן איז געווען אן אויסערגעוויינלעך טייוולאָנישער. צו װאָס דארפן די באנדיטן גיין פון גאס צו גאס און פון הויז צו הויז, או זיי קאנען האָבן אלע יידן אויף איין אָרט און דאָ טאָן מיט זיי, װאָס דאָס הארץ וועט נאָר גלוסטן.
דאָס מאָל זענען זיך די דייטשישע רוצחים באגאנגען אֶן דער יידישער פּאָליצײי. ווייל אויך די יידישע פּֿאָליצייאישע היגט האָבן זיך געמוזט פארזאטלען און די עטלעכע פריער דע-מאָנטע גאסן.
זעט אויס, אז די יידישע משרתים האָבֿן שוין פארלוירן די לייטזעליקייט אין די אויגן פון די חיטלעריסטישע מושלים. מען האָט די יאנהינט שוין נישט באדארפט, איז זייער גורפ אויך געווען א געחתמעטער.
האָט מען באדארפט זעען, וי אזוי די דאָזיקע ,העלרן" האָבן אויסגעזעען, לויפנדיק צוזאמען מיט אלע אומגליקלעכע. צעשראָקענע הינט זענען דאָס געווען, געבעכדיקע, ברודיקע, גישט קיין הינט אייגנטלעך, נאָר לייז, װאָס זענען געקראָכן אויף אלע פיר, באהאלטן זיך אויף בוירעמער, אין קעלערס--- און ווינונגען, ואס זיי אליין האָבן אויפגעהאקט און צעראבעוועט. פופצענהונדערט פּאֲלוציאנטן האָט מען אויפן אָרט אָפּגעזאָגט זייערע פּאָםטנס און אזוי ארום אויסגעליפערט זי די דייטשן. זיי האָבן אראָפּגעװאָרפן די פּאָליצייאישע היטלען, די ארעם-בענדער און אזוי ארום געוואָלט זיך ראטעווען.
און כאָטש די יירישע באפעלקערונג איז געווען פארביי און געפילט, אז זייער גורל אין שוין אינגאנצן קיין גורל נישט, האָבן זיי זיך פאָרט געקילט דאָס הארץ, זעענדיק, וי די ייךישע אויסווורפן לויפן, וי די פארסמטע מיין און ווילן זיך אויסבאהאלטן פון דער היטלעריסטישער שווערד.:
און די פּראָצעסיע פון גרויסן געטאָ אין די פיר גאסן אריין איז געגאנגען און געגאנגען. ימוט מענטשן אֶן געפּעק און מיט געפּעק. מען איז געגאנגען ערגעץ וווינען אויף דריי טעג און מען האָט נישט געוווסט ווו. אויפן וועג איז מען געפאלן אין חלשות, אין מיטן ניין האָט מען אװעקגעװואָרפן בעטגעוואנט, וואליזקעס--- ס'איז שווער געווען צו טראָגן. און צו װאָס דארף מען דאָס טראָגן, אז סיי וי סיי גייט מען צו דער עקדה?
(המשך. קומט
2