Jahrgang 
197 (1952) נר. 197 7-טער יאָרגנג
Seite
3
Einzelbild herunterladen

נ. 197

-און פֿארװואָס לאָזט דו דאָס, חיים? פאר­וואָס רעדסטו נישט מיט אים? מיר פאלט ארוים די נשמה פאר שרעק שוין פון איצטער... און ואס וועט זיין שפּעטער?

חוים האָט געלאָזט פאלן א כוואליע ווערטער איבער זיין קאָפּ און האָט גאָרנישט געענטפערט. שרה איז אָבער נישט מיד געװאָרן:

-- אט דאָם איז דיין דערציונג! געלאָזט אים תמיד לויפן... געפּעסטעט. לייזערל, אהין, לייזער? אהער... בעסער ואָלט געווען ווען אִיך פארלאָז זיך נישט אויף דיר און קלאָפּ אים אָן דאָרט אויפן ווייכן אָרט נאָך קליינערהייט, ווען עה האָט זיך אָנגעהויבן שפּילן מיט ניקוליצען און געבויט די בערג און אויסגעגריבלט די פינצטערע טונעלן אין זאמד... אָט ואס ס' האָט זיך געיאוועט פון דעם...

חיים האָט ווייטער נישט געענטפערט און זיך נאָך מער פארטיפט אין דער צייטונג.

--- קענסט רויס זיין, מיט אסתרלען וועלן מיר נישט האָבן אזעלכע געשיכטן... זי גייט נישט אװויס פון דער מאמעס רייד.

ערשט אצינד האָט שרה כבאמערקט אז זי רעדט טאקע נאנץ פליסיק אָבער פון דער שטוב סומט גאָר נישט קיין ענטפער. האָט זי איבער­געלאָזט דאָם געשיר-וואשן, זיך אָפּגעװוישט די הענט און איז אריין אין שטוב.

-- צו וועמען רעד איך דאָס, חיים? צו דער וואנט? צי איז דיר אפשר אלעם אזוי ניחה? פארוואָם פּרוווסטן אים נישט אָפּצורעדן? אז סע נייט נִישְט מיט גוטן...

דאָ האָט חיים שוין אראָפּגעלייגט די צייטונג.

--= פֿאַרוואָם= אָפּרעדן,שׁרה? לייזער האָט דאָס רעכט זיך אויפצווויילן די ארבעט ואָס אים געפעלט. און פארגעס נישט, ער האָט אויך די מעגלעכקייט... פארוואָס זאָל איך אים 'זאָגן א העה?--- און היים האָט צוגעגעבן שמי­כלּענדיס--- ער איז שִׁוין קיין עין-הרע גֶענוג דערוואספן, א מענטש אין צוועלפטן יאָר, ביז הוּנדערט און צװואַנציק, און האט מער שול עִי מִיר ביירע...

חיים איז גֶעווען כאזונדערס שטאָלץ אויף חי זיבן קלאסן וואָם זיין זון האט נאָרװאָס געענדיקט. און ער האָט נישט פארפעלט א גע­לעגנהייט זיך צו בארימען דערטיט.,

= לאָז ער זיך וויילן סוי װאָס פאר אן אר­בַּעַט נאָר דאָס נישט! וועט דאָס דען זיין פאר זיין כוח?: .=== װאָס איז, ער טויג נישט פּונקט אזויווי ניקוליצע? -- און װאָס ווילסטו מענטש איינער, איך זאָל לעבן אין שטענדיקן פּחר? { חיים האָט זי דאסטאל לאנג און ערנסט אֶנ­געקוקט.= ן

--- שוין ווידער האָבן זיי דיך אָנגעשרויפט, די גוטע שקנים. דו האָסט שוין פארגעסן אז ווען דו נייסט נאָך נאך זייער קאָפּ און איך לאָז זיך נאכניין נאָך דיינעם, וואָלטן מיר זיך - חיינט אפשר געפּראזשעט ערגעץ ביים ברעג פו­נעם מיטלדים...

אויף דעם האָט שרה נישט געפונען אינדער­גיכן דעם ענטפער. חיים האָט רעכט געהאט. פארמיטאָג האָט זי זיך באנעגנט מיט דער פרוי מארקוס אין מארק און זי האָט גערעדט און גערעדט... דאָם איז א מלאכה פאר א יידיש קינה?... און וואָסארא לעבן האָט דאָס ווייב און די מאמע פון אזא מענטש? מע ווארט א יעדן טאָג אין דער חיים, און מע ציטערט... און די פּרוי מארקוס האָט געפּאקט וי שווערע מילדשטיינער אויף איר הארץ. און ווער ווייסט נאָך אזוי גוט די זאכן וי זי, װאָס איר מאן איז געווען דירעקטאר טאקע ביי די אונטער­נעמונגען.

חיים האָט דערזען שרה"ס פארוואָלקנט פּנים, האָט ער איר געזאָנט ווארעם:

--- שרה קום נאָר אהער! זעץ דיך אט א דאָ לעבן מיר, װעל איך דיר עפּעס דערציילן. מיט מיר, איז פּונקט אזוי געשען. דו געדענקסט נישט מיין טאטע, ביסט נאָך געווען א קליין מיירעלע

דעמלט..

-- איך ווייס ער איז געווען אן אנשטענרי­קער סוחר. ו||== יא נעבעך!. א סוחר, און דערצו נאָך נישט אזוי א פּשוטער סוחר, נאָר א האָלץ-סוֹחר. און געהאנדלט נישט מיט עפּעס וואגאָנדלעך האָלץ, נאָר מיט נאנצע וועלדער. אין יעדן טעשל האָט ער געהאט א וואלר מיט טויזנטער קוביק­מעטער מאטעריאל?-- אָבער אויף שבת-הו­צאות איז נישט געווען.

וויאזוי?

מ'האָט זיך דערוווסט, ס'איז דאָ א וואלך'

צו פארקויפן, זאָגן מיר ערגֿעץ לעבן וויטעווע. מ'האָט עס אָנגעטראָגן דעם טאטע, ער זאָל זוכן א קונה. דאָס וואלד האָט נאָך קיינער נישט געזען, אָבער ס'איז געווען עפּעס עפדעפ: די ביימער געדיכט, אין די טויזנטער קוביק" מעטערס... לויט דער קאלקולאציע! טראנס­

.אוקוףיבלעטער"

וווהיז קינדער?

פון

י. ל. ברוקשטיין

פּאָרט-מעגלעכקייטן גלענצנדיקע; דאָס וואלר איז לעבן א וואסער, די באן איז נאָענט און פאך א נויט שניידט דער שטראָז אויך איבער דארט ארום. דער טאטע האָט דאָס וואלד אָנגעטראָגן ווייטער, ס'האָבן זיך געיאוועט נאָך מעקלערם, מ'האָט פארהאנדלט, מ'האָט זיך געקריגט וועגן די פּראָצענטן, ביז ס'האָט זיך אױיסגעלאָזט אזוי: אָבער ס'איז נישט געווען דער שטראָז, אבער ס'איז נישט געווען דאָרט דאָס ווא" סער, אָבער ס'איז נישט געווען קיין שִפּור פון א באן-ליניע, אָבער די ביימער זענען נאָר­נישט געווען אזוי געדיכט, אָבער... ס'האָט נושט אָנגעהויבן צו זיין דארט א וואלד... און ס'האָט זיך נאך אױיסגעלאָזט מיט פּראָצעסן, ווו מיין טאטע האָט געמוזט ארויסנעמען זיין חלק כאטש אלס ערות. און די ברעטער? איך געדענק ביי אייך אין הויף, מיר פלעגן זיך שפּילן צווישן די סטיוועס.

-- נאָ יאָ, די ברעטער... דאָס איז א מעשה װאָס איז אויך כדי צו פארשרייבן אין די מעשה­ביכלעך. דער טאטע האָט תמיד געטראכט אויפצוהערן אמאָל מיט דעם מעקלערישן לעבן, און האָט נישט געפונען קיין אנדערן אויסוועג נאָר צו ווערן אליין... א פוחר. איינטאָ? איז איום געלונגען צו לייגן די האנט אויף א סומע געלט, האָט ער איינגעהאנדלט א פּאָר קוביק­מעטער ברעטער. נאָ, פון יענעם טאָג איז שׁוין טאקע געווען יענץ לעבן אינהערהיים. דער טא­טע האָט דעם גאנצן טאָג געחשבונט און די

מאמע זיך א גאנצן טאָג געקריגט מיט אים

פארװאָס ער פארקויפט נישט אמאָל די סחורח. ווען דעך פּרייז איז געפאלן, האָט דער טאטע נישט געװאָלט פארקויפן. פארוװואָס זאָל ער דער­לייגן?. ווען ברעטער. זענען געשטיגן האָט ער אוודאי נישט געוואָלט פארקו!פן, ווייל זיי וועלן

. זיכער נאָך שטייגן, און פארוואָס זאָל ער דער­

לעגן אזא דיפערענץ?... דער סוף אױז געווען די. ברידער זייגע. פלעגן. אים טאקע ווייטער

{ שיקן אויף שבת-הועאות און מיר קינדער האָבן

נאָך די יאָרן געירשנט א פּאָר קוביקמעטער אלטע פארפוילטע ברעטער.

-- אָבער פארוואָס ביסטו אריינגעקראָכן אין דער מעשה, חיים?--- האָט שרה געפרענט נער­וועז--- װאָס האָט דאָס פאר א שייכות מיט אונדזער לייזערן}

-- דעמלט האָב איך אויך געװאָלט לערנען א מלאכה, איז אויך געווען ואָס צו הערן. נאָר ביי אונדז איז עס געווען פּונקט קאפּויר: רי מאמע האָט באשטאנען און דער טאטע האָט זיך אקעגנגעשטעלט. ער האָט געוואָלט איך זאָל ווערן... א פוחר, אמת נישט א פּשוטער, נאָר כאטש א צווייטער ראָטשילד. ער האָט מיך טאקע אריינגעגעבן אין א ברעטער-לאגער, מיי­נע רייד זאָלן אים נישט צו שווערן זיין, ער האָט נעבעך געוואָלט גוטס... און איך האָב זיך פארלוירן דריי יאָר פּאקנדיק פסטיוועס און מעפטנדיק מיט דער אייזערנער קלופּע די שווע­רע קוביקמעטערס פונעם באלעבאָס. נאָך דריי יאָר, דער טאטע האָט געזען אז פ'ווייזט זיך נישט קיין שִפּור פון א ראטשילד אין מיר, האָט ער מיך געלאָזט, מיט א שווער הארץ, וו" דו היינט שרה, גיין לערנען טישלעריי.

שרה האָט באמערקט מיט פאָרווורף.

-- טישלעריי? א שיינער פארגלייך!

--- האָסט רעכט שרה, ס'איז נישט קיין פאר­גלייך. איך בין ארומגעגאנגען יאָרנלאנג אָפּי געריסן-אָפּגעשליסן, געטאנצט ארום דעם בא­לעבאָס, נאָכגעטראָגן דער באלעבאָסטע דעם קויש אין מארק, ביז מ'האָט מיר פארטרויעט רעם הוים? אין דער האנט... און אונדזער?יי זער פארשרייבט זיך היינט מיט גרווס כבוד און א מלוכה-שו?, ווו ער באקומט אלצדינג: קליידער און עסן און ביכער און לערנען... און ער האָט נישט צו מון עפּעס אנדערש ווי נאָר לערנען, לערנען פלייסיק און ווערן א מענטש, א טיכטיקער טעכניקער, א שאכטיאָר...

ענלעכע און אלץ הייסערע דיסקוסיעס זענען אָפּטמאָל פאָרגעקומען כיי חיים גרינבער? אין הויז. אָבער זיי פלעגן זיך אויסלאָזן מיט נאָרנישט וויי? איך. מאנס ווערטער האָבן שרה'ן נישט איבערצייגט און נאָך ווייניקער בארויקט,

זי האָט מערער מאָ? געפּרוווט אָפּצורעדן ליי­זערלען, אָבער דאָס יינגל האָט זיך געהאל?טז ביי זיינעם. ער איז געווען געראָטן אין זיין טאטן, פּונקט אזא עקשן.

--= איך ווי? לערנען ווייטער איניינעם מיט ניקוליצע נאפטא. איך ווי? אויך ווערן א שאבכ­טיאָר.

-- אָבער לעבן-מיינס,. פארוואָס דווקא א שאכטיאָר? ארומקריכן אונטער דר'ערר?

-- זאָל איך בעסער גיין פאר אן אוויאטאָר מאמע? פליען אין דער לופט?

--- חלילה!

= צי ווערן א מאטראָז פאָרן אויפן ים?

= באהיט מיך דער פון אויבן!

צי אפשר אונטערן ים, מיט א סובמארין--­איז אריינגעשפּרינגען אין װאָרט אסתרל.

-- דו, זאָלסט שווייגן!-- האָט שרה גע­שריגן, נאך דאָס פעלט מיר אויס זי זאָל זיך אריינמישן מיט אירע סאמע צען יאָר... ווער ווייסט װאָס סע קען איר נאָך איינפאלן.

די פארשטענדיקונג איז אָנגעקומען, אז מ'האָט לייזער גרינבערגן אויפגענומען אין דער מלוכהשער שו? פאר-- מינען-טעכניקער. שרה האָט שווער געזיפצט און ס'האָט זיך געראכט אז זי האָט זיך מיאוש געווען.

דאָס אָבער, נאָר ביז אין א טאָג, ווען זי איז אהיימגעקומען פעסט אנטשלאָסן; זי לאָזט נישט לייזערן אין דער שׁו?, ז'זאָל וויסן אז ס'קאָסט זי דאָס לעבן! װאָס איז געשען? זי איז פארביי גענאנגען אין דער גאס, צום מארק צו, האָט זי די פרו! מארקוס צוגערופן און האָט איר דאָסמאָל נישט אסך גערעדט נאָר דערלאנגט דורכן פענצטער א בלאט און איר געוויזן: ,אט דא שטייט אין איער ,,סקענטעיא" נישט אין עפּעס א כאָטשוואָסארא בלעט??... שרה'ן אִיז פינצטער געוװאָרן פאר די אויגן. זי האָט קוים געווארט חיים זאָ? אהיימקומען פון דער ארבעט, פון דער מעב?-פאבריק. איצט וועט ער שוין נישט קענען זאָגן גאָרנישט. ער וועט איר מוזן געבן רעכט.|.

און חיים איז אהיימגעקומען און זי האָט אים נִישְט אמאָל געלאָזט אנידערזעצן און אים געוויזן די ידיעה אין צייטונג.

-- יאָ ליידער, אזוי איז עס!---האָט חיים גע­זאָגט טרויעריק-- ,,מינען קאטאסטראָפע אין די פארייניקטע שְטַאטְן" יאָ! יאָ! דאָס געשעט גאָך אין די לענדער, ווו מע פארוואנדלט בלוט אין שמוציקע דאָלארן... אָט וואָס סע שטייט דאָ ווייטער:'איז פעסטגעשטעלט געוואָרן אז די אייגנטומער האָבן נישט גענומען קיין שום זוכערקייט-מאָסמיטלען... ,,זיי. הרגענען מעגטשן אין די שאכטן, און אין די פֿאבריקן און אויף די שלאכטפעלדער פון קאָרייע און אין די קאָלאָניעס וועגן זייערע קאפּיטאלן און רווחים... אָבער האָב קיין מורא שרה, היינט ביי אונדז גיט מען אכטינג אויפן מענטש, זיין ארבעט און געזונט ווערן געשיצט. ער איז דאָס טייער­סטע קאפּיטאל. פאר אים ווערן געגראָבן די קוילן, פאר אים ווערט געגאָסן דאָס אייזן און געקאָוועט דער שטאָ?, פאר אים ווערן אויס­געהאקט שטיינער פונעם בארג און ביימער פון די וועלדער.

און נאך א רגע, ביז שׁרה האָט נישט גע­קענט קומען צום וװאָרט, האָט חיים פאָרגע­זעצט שטארק אויפגערעגט:

-- אָבער פארװואָס האָט דיר די פרוי מאר­קוס נישט געוויזן אט דאָס)!-- און חיים האָט איבערגעדרייט די צייטונג. אויף דער ער­שטער זייט איז געווען א בילד: א מאן מיט טיפע שווארצע אויגן מיט א באשיידן, שמיי­כלענדיק פּנים.

-= יאָן נאסטא--- האָט אויסגערופן שרה איבעראשט.

יאָ, דאָס איז געווען יאָן נאסטא, זייער שבן, ניקוליצעס. פאטער. אונטער דעם בילד איז גע­שטאנען מיט געחעריקע אותיות דער טיטל פון אן ארטיקל:

,דער סטאכאנאוויסט יאָן נאסטא און זיינע ארבעט-יחברים גיבן קוילן אויפן חשבון פונעם קומענדיקן יאָר, אָנווענדנדיק סאָוועטישע אר­בעטס-מעטאָדן".

--= לאָמיר טאקע גיין אים אָפּגעבן דעם מול­טוב--- האָט געזאָגט חיים און זי אוועקגע­

שלעפּט אין צווייטן הויף ווו ס'האָט געוווינט.

די משפּחה נאסטא.

איז געזעסן שטי? די נאנצע צייט, זי האָט זיך נישט געקענט פרייען מיט די שכנימס יום-טוב. אילעאנא האָט פארשטאנען וװאָס אין אור גייט פאר און ווען די מענער האָבן זיך צעפלאמט אין א שמועסן האָט זי גענומען שרח'ן

זייט 9

אין א זייט און איר. דערְצייִלט, פון איר לעבן. ווען זי האָט געענדיקט איז געווען שפּעט אין דער נאכט:

-= יא שרה! ס'איז געווען שווער. איך האָב געלעבט מיט מיין פאן און מוט ניקוליצען און פּחד פארן הונגער, פארן מאָרגן... אין אונדזער שטוֹב איז געווען טונקל? און נאס ווי אין א גרובן. דאָס איז געווען אמאָל... דאכט זיך וי א קאָשמאר... אָכער היינט... היינט זע!

און אילעאנא האָט אויפגעהערט צו רעדן. ס'איז אויך ניט געווען נויטיק. פונעם היינט האָט גערעדט יעדעס ווינקעלע פוּן דער שטוב; דער ראדיא,. ואס האָט פּונקט געשפּילט א טאנץ פון האטשיאטוריאן, ניקוליצע ואס איז געזעסן אין א ווינק? און געשריבן עפּעס אין א העפט, די מענער וװואָס זענען געזעסן ביי א גלעז? און גערעדט וועגן זייער ארבעט... דאָס בילד אױנעם גאָלדענעם רויםט? פון אויף דער וואנט פון וועלכן דער חבר סטאלון האָט אראָפּי געקוקט שמייכלענדיק צו דעם אלעמען...

יא, יאָ! ס'איז נישט לייכט די ארבעט פונעם שאכטיאָר אָבער ביי אונדז ווערט זי פארגרינ­גערט מיט יעדן טאָג. מיר האָבן פון וועמען צו לערנען, פון די סאָוועטישע שאכטיארן. נאָר שיין איז אז מען קען זיך אין דעם פאך פאר­ליבן!--- האָט זיך געהערט יאָן נאסטא'ס קול וי א קאָנקלוזיע צו די צוויי פרויענס געדאנקען.

פון דענצמאָל? אַן האָט שרה נישט געפֿרוווט מער אָפּצורעדן איר זון, כאָטש זי האָט זיך שווער געוווינט מיטן נעדאנק. א טרייסט האָט זי געהאט אין אסתרלען איר טאָכטער. זי איז א גוט, פאָלגזאם קינד, קיינמאָל גייט זי נישט ארויס פון דער מאמעס רייד. זי וועט מוטן אוי­בערשטנס הילף אויפוואקסן, שֵׁיין, געזונט, וועט נוט חתונה האָבן--- מיט א פּלייסיקן בוכהא?­טער, צי אפשר גאר מיט א דאָקטער!--- ווערן א באלעבאָסטע ביי זיך אין דער ווירטשאפט...

די קינדער, ניקוליצע און לויזער און אפתרל, זענען זיך אָפטמאָ? צענויפּגעקומען. ניקוליצע האָט אלץ געבראכט פון זיין פאָטערס טעכנו­שע ביכער און זיי האָבן געקוקט צו די בילדער. אֶט די שאכטן פון סאָוועטן-פארבאנה... מיט מאשינען... מיט. לויפבענדער... מיט. לאָקאָמאָ טיוון, קליינע אָבער קרעפטיקע, ציען ארויס לאנגע רייען וואגאָנעטלעך מיט בלישקנדיקע קױילן וי בריליאנטן, פון די נאלעריעס,

אויף איינע פון די בילדער האָט אפתרל דערזען א מייד? װואָס פירט אזא לאָקאָמאָטיוו. א מייד? מיט שמייכלענדיקע אויגן, מיט צוויי שירעס ווייסע בלישקענדיקע ציין, ארויסלןו­כטנדיק צווישן אירע חנעוודיקע פון קוילשטויב באשמירטע בעקעלעך.

אסתר? האָט געכאפּט דאָס בילד אוֹן איז צוגעלאָפן צו איר מוטער.

--= וווחין? וווהין? לויפסטו?--- האָבן איר נאָכגעשריגן ניקוליצע און לייזער.

-- זעסטו, מאמי, ווען איך וע? נרעסער זיין װוע? איך אויך פירן אזא לאָקאָמאָטיוו!--­און אסתר? איז גלייך צוריקגעלאָפן מיטן ביכל צו די יינגלעך, נישט ווארטנדיק אן ענטפער פון דער מוטער.

און זי האָט נוט געטון, וויי? שרה האָט נישט געקענט ענטפערן; זי האָט זיך אנידערגעזעצט אויף א בענק? און געזיפצט:

--- אוי קינדער, וווהין? וווהין וענט איר דאָס פארקראָכן?...

חיים האָט צו איר נעקוקט א וויילע און גע­שמייכלט.

-- וווהין? זיי רויק מאמע, זיי פארן שוין נוט... אריין אינעם שיינעם נייעם געזונטן לעבן... און נישט אליין! זיי נעמען דיך אויך מיט, מאמט...

באגעגעגיש פון רי יירישע שרייבער מיט זייערעליענער זונטיק דעם 51יטן אוינופט ד. י. אזייגער 80; וועט פארקומען אין גאָרטן פונעם ,אוקוף", מירטשעא ואָדא גאס נר. 9, א באגעגענונג צווישן די יידישע. שרייבער מיט זייערע לייענער, ביי וועלכער געלעגנהייט די שרייבער: י. ל. ברוקשטיין, ישרא? נערקאָוויטש, שאמשן פערשט, סימעלע שניידער, אל. שפּינלבלאט, בערל? שנאבל, ה. א.:שטאָלפּער, ייד? וויידנפעלד,. וועלן לייענען פון זייערע ווערק געווידמעט דעם, פּראָיעקט פון דער קאָנסטיטוציע.

ס'וועט פאָלגן א קינסטלערישער פּראָגראם.