זייט 4
(המפוך)
הונדערט און פופציק טויזנט אומגליקלעכע האָבן געשטראָמט, ווו א צעשטורעמטער ים; פון דער לעש, קארטעליצקע, דזשיקע, נאָוואָליפּקי צו די זאטלפּונקטן אויף סמאָטשי, גענשע, דזשיקע א. א..וו. האָט זיך צעלייגט אין פרעמדע הייף, אין פרעמדע הייזער, אויף פרעמדע שטיגן, פרעמדע קעלערס און אויף פרעמדע בוידעמער. פּונקט צען אזייגער זענען דורך דער דייטשישער זשאנדארמעריע פארמאכט געװואָרן די גאסן, פון וואנען מען האָט געמוזט ארויס. לויט אלע סימנים זענען אין יענע גאסן קיין יידן נישט געבליבן. נאָר אזוי פי? מכות זאָלן זיך שטעלן היטלערן אין האלדז, וויפ? יידן עס האָבן זיך אויסבאהאלטן. א סך האָט מען געפונען און דערשאָסן אויפן אָרט. אנדערע איז געלונגען אויסצומיידן די קויל און זיי לעבן ביזן היינטיקן טאָג.
יאון די פארלאָזטע וווינונגען האָבן גלייך רי חיטלעריסטישע באנדעס גענומען ראבעווען. קיין טירח האט מען נישט באדארפט האקן, אלע שטובן. זענען. געשטאנען. אָפן-- האָט מען געגזלט מיט א ברייטער האנט. און דאָ אין דעם קעם?-- פמאטשע, גענשע רזשיקע--- האָבן זיך געשטיקט צענדליקער טויזנטער יידן מיט ווייב און קונד--- הונגעריקע, דורשטיקע, פארצווייפלטע און געווארט אויפן משפּט.
און דאָס משפּט איז געווען נישט צו בא? שרייבן און נישט נאָכצודערציילן.
די דייטשן האָבן באשלאָסן איבערצולאָזן אין ווארשע נישט מער, וי פונף און דרייסיק טויזנט יידן. פאר די דאָזיקע פינף און דרייטיק טויזנט זענען באשטימט געװאָרן נומערן, װאָס סיי די קהלה האָט ארויסגענעבן און סיי די דייטשישע אונטערנעמונגען, ווו יידן האָבן נעארבעט.
צוויי מאָ? הונדערט טויזנט יידן זענען ביז חיינט שוין אָפּגעמעקט געוואָרן איצט דארף מען אָפּרױימען דו איבריקע הונדערט און פופצען טויזנט און איבערלאָזן נישט מער, וי פינף און דרייסיק טויזנט,
מען האָט זיי דאָ אלע אהער געטריבן. אריינגעיאָגט, וי די סטאדעס שעפּסן, אָן דעם מינדסטן װאָרט פון פּראָטעסט, אֶן דעם מינדסטן געשריי, אֶן דעם פינדסטן רוף נאָך הילף נאָך שוץ... און צו וועמען איז דאָ געווען צו רופן, וועמען האָט מען דאָ באדארפט, אז די יידישע קהלה האָט גלייך אויפן אָרט רעדוצירט פֹז פּראָצענט פון אירע בעאמטע און אזוי ארום איבערגעגעבן זיי אין די הענט פון טויט. זיי האָבן קיין נומערן נישט באקומען---די דאָזיקע בעאמטע--- נישט זיי און נישט זייערע משפּחות אָן א נומער איז נישט געווען קיין אנדערער אויסוועג: אָדער זעלבסטמאָרד, אָדער אומשלאגיפּלאץ.= אייניקע האָבן אויסגעקליבן דעם ערשטן וועג, און אויפן הויף פון די יידישע קהלה, און די אויגן פוּן חברים און פריינט, א סוף געמאכט צו זייער לעבן. דער רוב אָדער, עטלעכע טויזנט מענטשן--- מיט זוייב און קינד האָט דער פאָרזיצער פון יידישן ראט אינזש. ט. ליכטענבוים, געװאָרפן פאר די פיס די היטלעריסטישע חיות.
אזזי האָט אויך געטון די באשפּייז-אמט, ווו אברהם געפּנער, דער איידלער ייד איז געווען פאָרזיצער. י
אזוי האָט אויך געטון דער יידישער הילפסקאמיטעט, שוין אָפּגערעדט פון די. דייטשישע אונטערגעמונגען, װאָס- האָבן באשעפטיקט יירן..
א?ע די, װאָס האָבן געקריגן נומערן און אָנגעשפּילעוועט זי אויף די קלאפּעס אזוי וי פארברעכער, זענען זוכה געווען צום ,,מי יחיה", אלע איבעריקע, וואָס האָבֿן קיין נומערן נישט געקריגן(דער רוב מנין ורוב בנין) זענען אין איין אויגנבליק פארמשפּט געװאָרן צום ,מי ימות":
ו דער ,מי ימות" האָט זיך אָנגעהויבן זונטיק דעם 6 סעפּטעמבער 1942 10 אזיינער אינדערפֿר! און געדויערט האָט ער ביז פרייטיס
{ דעם 11 כעפּטעמבער, ערב ראש-השנה פאר-
נאכט.
און פארלויף פון רי דאָזיקע זעקס טעג האָבן די פּרייסישע יונקערס אָפּגעמעקט פון דער ערד הונדערט טויזנט יידן. ס'איז צוגעגאנגען אָן גרויסע שוועריקייטן. האָט מען דאָך אלע יידן צונויפגעטריבן אין דריי, צי אין פיך גאסן. די נאסן האָט מען ארומגעצויטט מיט באוואָפנטע זשאנדארן, אזוי וי מיט א קייט. אויף יעדן טריט און שריט א ביקס. יעדע פּאָך מינוט א קנא? פון א קוֹי?. די הונדערט און פופציק טויזנט יידן זענען געלעגן אין שטאלן, אין שאָפּעס, אונטערן פרייען הימ?, ווו ס'האָט זיך נאָר געלאָוט האָבן זיך די מענטשן געשטופּט--- געשאָלטן איינער דעם אנדערן, געזידלט, געגנבעט איינער ביים אנדערן ענוואר
פּאָלינראפישער צענטער נר, 8.--
.איקוףיבלעטער"
חורבן ווארשע
-- און וי די בהמות געווארט, ביז דער דייטשישער תלין וועט זיי פירן צו דער תליה. נישט וי בהמות, נאָר וי נישטיקע ווערים. װאָרום בהמות, ווען זיי דערפילן דעם אָטעם פון טויט, שרייען זיי, ווערן. זיי זיך,?אָזן זיי זיך נישט. און יידן, האָט היטלער דערפירט צו אזא מדרנה, אז אין אָנבליק. פון אומקום האָבן מיר אפילו נישט געשריגן, נישט געווערט זיך. ער האָט אונדז געהייסן גיין אין א שטייג אריין און מיר זענען געגאנגען. א קליין הייפ? האָט זיך אויסבאהאלטן, אָפּגעראטעוועט זיך דערווייל. אָבער 99 פּראָצענט יידן, צעטומלטע, צעמישטע, האלבימשוגענע האָבן זיך געלאָזט פארנארן און אליין איבערגעגעבן זיך אין די מעררערישע הענט.
און די מערדערישע הינט האָבן געשניטן, אזוי וי מיט חלפים.. זיי זענען געגאנגען פון הויז צו הויז, אזוי דייטשן און אזוי די אוקראינער, מיט. געשריי מיט שלאָגן איבערן קאָפּ, מיט רע
יוואָלעוור-שאָסן. ארויסגעטריבן אויף דער גאס
אלע פארזאמלטע סיי די, װואָס האָבן זוכה געווען צוֹ קריגן נומערן און סיי יענע, װאָס האָבן צו די נומערן נישט זוכה געווען. אויף דער גאס האָבן זיך אלע געמוזט אויסשטעלן אין רייען, צו פינף מאן אין א ריי. די היט?עריסטישע הענקער זענען געשטאנען מיט ראפּניקעס אין'האנט,. מיט רעוואָלווערן אין דער אנדערער און געציילט. געציילט אזוי לאנג, ביז ס'איז זיי נמאט געוואָרן. אין מיטן ציילן אָפּגעהאקט-- איין טיי?, די מיט נומערן האט מען געהייסן אהיימגיין און די צווייטע טיי? אֶן די נומערן האָט מען גלייך ארומגערינגלט און היײידאַ אויפן אומשלאגיפּלאץ, בא" גלייט מיט קוילן און מיט נאהייקעס.
אָבער זאָ? מען נישט מיינען, אז אלע װאָס האָבן פארמאָגט די נומערלעך האָט מען אֶפּי געלאזט. דאָם האָט זיך שוין געווענדט אין דעם דייטשן הענקער. אויב עמעצער איז אים נישט געפעלן מעג זיין מיט א נומער--- האָט ער אים ארויסגעשלעפּט פון דער רייע, מערדערלעך געשמיסן איבערן קאָפּ און אָפּגעשיקט אים צו די פארמשפּטע. אזעלכע נומערירטע זענען געווען אין די טויזנטער. אזוי ארוֹם האָט מען גערוימט טאָג-איין טאָניאויס, פון זעקס אזייגער אינדערפרי, ביז זעקס אזייגער פארנאכט. מענטשן זענען געלעגן פארחלשטע, אַן ברויט און אָן וואסער. האט מען עמעצן געפונען באהאלטן, האָט מען אים ארויסגעשלעפּט אויף דער גאס, געהייסן אָפּניין עטלעכע טריט און אין מיטן העלן טאָג, ווען די זון האָט געשיינט געשיקט אים א קוי? אין קאָפּ אריין. האָט עמעצער געפּרוווט אנטלויפן, אָדער צופעליק ארויסגעריקט זיך פון דער ריי -- א קוי? אין קאָפּ אריין. די דייטשישע אויסוװורפּן, אָנגעפרעסענע מיט אונדזער בלוט, צוזאמען מיט די אוקראינישע באנדיטן זענען געקראָכן אויף בוידעמער און אויף דעכער און אויפגעריסן די דעכער מיט האנט-גראנאטן, טאמער באהאלט זיך דאָרט עמעצער.
א גרויסע קופּע מיוסט און איין גרויסער טייך בלוט איז געוואָרן פון אלע הייף, פון אלע שטובן, פון אלע טויערן. אלע טאָג האָט מען ארויפגעפירט צענדליקער טויזנטער מענטשן; א סך האָט מען ארויסגענארט מיטן צוזאָג, אז זי זענען פריי און גייען אהיים. אנדערע זענען אריינגעפאלן, אזוי וי מידע. פליגן, הערבפט-צייט, ווען די כוחות גייען זיי שוין אויס.
אויף דער גאט האָט מען געקאָנט זעען: פון איין זייט יאָגט מען צום טוט צענדליקער מויזנטער= פארפּייניקטע, אויסגעהונגערטע, דורשטיקע מענטשן און פון דער זייט פאָרן ארויס די יידישע עגלה-וועגן און קלויבן זיי אויף די דערשאָסענע. נישט אין ווייסע לוילעכער וויקלען זיי הרוגים און נישט אין תכריכים טוט מען זיי אָן, נאָר מען שלעפּט זיי, וי נבלות, ביי די הענט און ביי די פים --און. מען ווארפט זיי אריין אין די װאָנעגס, אָדער אויף. די וואָגענס ארויף,:
עגלה-וואָגנס ווערן נישט אָנגעפירט דורך קיין פערר, נאָר דורך מענטשן, שווארצע עגלהדיודעלעך, מרדכי פּינקערט'ס לייב-גווארדיע שלעפּן די הרוגים. צו פינף און צו צען אין איין קאסטן. פרויען, מענער, קינדער אלץ צוזאמען. פון די װאָגנס רינט בלוט. דאָס בלוט צייכנט דעם וועג, אזוי וי מיט רויטע שנורן.
די עגלה-יודעלעך זענען גלײיכגיל?טיק צו דער גרויסע בראָך. אין אָנבליק פון טויט, אין אָנבליק פון פארגליווערט בלוט, און אָנבליק פון קינדערישע מארכן, װואָס וואלגערן זיך אויף די שטיינער--- פירן זיי נישט אוועק די הרונים גלייך אויפן בית-עולם--- נאָר פארפאָרן צוערשט מיט די עגלות אין זייטיקע טויערן אריין,
/
נר. 197
פארמאכן זיך דאָרט אויף זיבן שלעסער און ציען אראָפּ פון הרוג די מלבושים. זוכן אין די פארבלוטיקטע מיט מארך פארשפּריצטע קעשענעס, גזלן צו געלט, זייגערלעך, פינגערלעך(יעדער איינער האָט דאָך עפּעס מיטגענומען) דאָס געלט קלעפּט זיך פון. בלוט, פון די זייגערלעך רינט בלוט, פון די פינגערלעך טריפט בלוט, אָבער די עגלה-יודעלעך שרעקט דאָס נישט אָפּ. ערשט שפּעטער ווען מען האָט שוין אָפּגעטון די הרוגים זייער רעכט, ווארפט מען זֵיי צוריק ארויף אין װאָגן און מען שלעפּט זיי אויפן בית-עולם.
אויך דאָ װיקל?ט מען זיי נישט אין קיין ווייסע ליילעכער, און מען ציט נישט ארויף אויף. זיי תסהיכים,.. נאָר אזוי, וי זיי שטייען און גייען ווארפט מען זיי אריין און א גרויס ברודער-קבר, מענער מיט פרויען צוזאמען אָן אויסנאם. קיינער וועט נישט וויסן ווו זייערע ברידער געפינען זיך און קיינער װועט נאָך זיי קיין קדיש נישט זאָגן. צו אזא מדרגה, צו אזא שפלות און פארברעכערישקייט האט היטלער דערפירט א גרויסן טיי? פון פּוילישן יודענטום.
ער האָט געפירט דערצו, אז דריי מאָ? הונדערט טויזנט ווארשעווער יידן האָבן אויםגעשטרעקט צו אים דעם הא?דז און אֶן דעם מינדסטן געשריי, אַן דעם מינדסטן קאמף געזאָגט:
--- שעכט אונדז!!
און ער האָט געשאָכטן.
אין פערלויף פון די זעקס טעג ד. ה. פון 6 ביזן 11 סעפּטעמבער 1942 האָבן די דייטשישע באנדיטן אויסגערוימט פון ווארשע נגאנצע הונדערט טויזנט מאן. דער אומשלאָנ-יפּלאץ איז יעדן טאָג איבערגענאננען פון צענדליקער טויזנטער פארפּייניקטע. מען האָט נישט נעהאט ווו צו זיצן און נישט געהאט ווו צו שטיין, די וואגאָנען האָבן זיך געבראָכן פֿון מענטשן. די געשרייען מיט די יללות האָבן געשפּאָלטן די הימלען. אין די 6 פינצטער טעג האָבן די געסטאפּאָרױיבער אױיסגעשאָסן אין ווארשע אן ערך פון צען טויזנט מאן--מענער, פרויען און קינדער. די איבריקע ניינציק טויזנט מאן זענען אוועקגעשיקט געוװאָרן אויף אונטערגאנג.
פון 22 יולו ביזן 11 סעפּטעמבער, ד. ה. פון תשעה-באב ביז ערב ראש-השנה האָט געדויערט די שחיטה. אין פֿארלויף פון דריי און פופציק טעג האָט די הימלעריסטישע בעםטיע אומגעברענגט א קיבוץ פוּן דריי מאָל הונדערט טויזנט יידן. צווישן די דריי מאָ? הונדערט טויזנט יידן זענען געווען אן ערך פון זונדערט און פיפציק טויזנט קינדער. אונדזערע קינדער, אונדזער צוקונפט, אונדזער ווייטערדיס לעבן. אונטערגעשניטן, אױסגעװאָרצלט אונדז אֶן דעם מינדסטן איינזעען.
א וויסטע בראָך איז צו אונדז, אז פון דריי מאָל הונדערט טויזנט אונדזערע ברידער זענען געבליבן אן ערך פון פופציק טויזנט. די ערנסטע זענען געבליבן, די גרעבסטע, דאָס ערבירב. פינף און דרייסיק טויזנט האָבן געמוזט בלייבן אָפיציעל. פאר זיי וועלן די דייטשן געבן א פערט? קילא ברויט א טאָג און א וואסערדיקע זופּ. די איבעריקע פופצען טויזנט גייען ארום, וי די מתים. זיי האָבן נישט קיין נומערלען. זיי זענען אזוי ארום אומלעגאל און וועלן נישט קריגן נישט קיין כזית ברויט און נישט קיין לעםל זופּ. זיי האָבן נישט ווו צו וווינען. וואלגערן זיך ערגעץ אויף בוידעמער, אונטערן פרייען הימ? און פאכן מיט דער נשמה, אז אט אט כאפּט מען זיי און מען ברענגט זיי אום,
היינט, ווען איך האלט כיים ענדיקן די דאָזיקע שורות איז שוין הושענהררבה. דאָס שווארצע קוויט?, האָבן מיר ארויפגעצויגן תשעה-באב. װאָס מיט אונדז וועט זיין ווייטער, ווייסן נאָר די געסטאפּאָ-לייט. דערווייל ווערט דאָס געטאַ פון טאָג צו טאָג ענגער. מען האָט אונדז ארויסגעטריבן פון דער?עש, פון נאָוואָליפּיע, נאָואָליפּקי, אייזען-נאס, טוואררע ראיאָן, דזשעלנע און אריינגעװאָרפן אונדז אין א שטיק? דזשיקע, א שטיק? נאלעווקעס, וואָלינסקע גאס, מילע, פּוריסאָװוער פּלאץ און שוין, דא דארפֿן מיר דערשטיקט און דערוואָרגן ווערן. מען מויערט אונדז אויפסניי ארום--- די מויער וועט גיין אין מיטן גענשע, פראנטשישקאנער גאס ביז די באָניפראטן(אס--- א שטח, ווו מיר וועל?ן נישט קאָנען דעם אָטעם כאפּן. די יידישע קַהלה שטעלט די נייע מויער. זי שטעלט די מווער מיט יידישע הענט, מיט יידישע מענטשן, װאָס זי רופט אויף דער גאס, אדעשלעפּט ארוים פון די שטובן.
אל?ץ טוט די יידישע קהלה מיטן פּרעזעס ליכטענבוים בראש. זי איז, אייגנטלעך, גע
דאד5 8ם סאג אסממזאג-- 3 זא:2068 ושחדאם6:=
עי 0
יי בש
שאפן געװאָרן דערויף, זי זאָל אומברענגען דריי מאָ? הונדערט טויזנט יידן.
דריי מאָ? הונדערט טויזנט מענטשן האָבן נישט געהאט דעם מוּט צו זאָגן ,ניין". יעדער איינער האָט געוואָלט ראטעווען נאָר זיך. אפֿילו אן אייגענעם טאטן האָט מען מקריב געווען, אן איינענע מאמע, אן אייגן ווייב און אייגענע קינדער.
די יידישע ארבעטערשאפט דער איינציקער כוח, וואָס האָט זיך אפשר געקאָנט און געוואגט אנטקעגנצושטעלן איז אױסגעשטאָרבן פון הונגער און פון טיפוס... די פירער פון דער יירישער ארבעטערשאפט זענען אומגעקומען.
זענען דריי מאָ? הונדערט טויזנט יידן נעגאנגען צו דער שחיטה, וי שעפּסן,
טשערניאקאָוו האָט נישט געהאט דעם מוט און די דרייסטקייט צו זאָגן פארן טויט-פארטיידיקט אייך, לאָזט אייך נישט אויםשעכטן-- זענען דריי מאָ? הונדערט טויזנט יידן געגאנגען צו דער שחיטה, אזוי װי די שעפּסן.
מיט װאָס וועט זיך פארענטפערן די גרעסטע יידישע קהלה אין אייראָפּע?
און פארטיידיקן זיך, נישט ל?אָזן זיך שעכטן, וי די נארישע אָקסן האָט מען געקענט. ווען אלע יידן גייען ארויס פון די הייזער, ווען אלע יידן רייסן זיך אדורך דורך די מויערן(דאָס איז זייער גרינג געווען), ווען מען פארפלייצט אלע ווארשעווער גאסן--- די יידישע אוֹן נישט יירישע מיט געשריי, מיט העק, מיט שטיינער, מיט האק-ימעסערס, װאָלט מען, פון אונדז אױסגעשאָסן צען טויזנט, צוואנציק טויזנט--דריי מאָל הונדערט טויזנט מענטשן מיט אמאָל וואָלט ער נישט אױסגעשאָסן. מיר װאָלטן געשטאָרבן אזוי ארום מיט כבוד. די, װאָס װאָל?טן געבלובן ביים?עבן, װאָלטן זיך פֿארשפּרייט
איבערן גאנצן?אנד אין אלע שטעטל?עך, אין
אלע דערפער--- אזוי גרינג אונדז אױיסצוראָטן װאָלט דעם היטלערישן רוצח נישט אָנגעקומען.
שענדלעך איז געווען דער אומקום פון גרעסטן יידישן קיבוץ אין אייראָפּע, א שענדלעכע ראָל האָט דערביי געשפּילט די גרעסטע יידישע קהלח אין אייראָפּע, ווו עס זענען געשטאנען מענטשן, װאָס זענען ווערט געווען מען זאָ? יעדן איינציקן אויפהענגען אין מיטן נאס אויף א לאמטער.
די צעבראָכנקייט, דער פּחד פארן אייגענעם שטיק? לעבן איז אזוי ווייט דערגאננען, או קיינער פון דריי מאָ? הונדערט טויזנט יידן האָט אפילו נישט געהאט דעם כוח אוֹיסצוהאסן די ציין כאָטש דעם ערשטן בעסטן יידישן פּאָליציאנט, אוועקלייגן א טויטן אזא יידישן מנובל. אפילו צו אזא טאט האָבן די ווארשעווער יידן נישט געקענט דערגיין.
אוב א קיבוץ פון דריי מאָ? הונדערט טויזנט יידן האָט זיך נישט געפּרוווט אנטקעגנצושטעלן אין דער קלענסטער מאָס, אויב מען האָט אליין אויסגעשטרעקט דעם האלדז אונטערן חלף, אוב מען האָט קיין איין דייטשישן רוצח דערביי נישט אומגעברענגט, קיין איין יידישן מנוב? נישט אוועקגעלייגט--- איז אזא דור יידן אפשר ווערט געווען דעם פינצטערן נורל,
אט אזוי איז חרוב געואָר} דאָס יידישע ווארשע. חרוב ומחרוב. די בראך איז גרעסער וי מען קאָן זיך פארשטעלן. דער װאָס האָט עס מיטן אייגענעם בלוט נישט איבערגעלעבט, דער וועט עס נישט באגרייפן. דאָס אלץ, װאָס איז דאָ באשריבן געװאָרן איז א טראָפּן אין ים. ס'איז נישטא די פעדער, ואס זאָל עס קאָנען ארומנעמען אין גאנצן גרול.
אונדזער אומשולדיק פארגאָסן בלוט וועט דורות ל?אנג שרייען פון דער ערד. זאָלן דו, ואס וועלן בלייבן, נישט קיין חילוק ווו זיי וועלן זיך געפינען, נעמען נקמה. די דאָזיקע ווערטער זאָלן זיין אן אָנהוױיב פאר די, װאָס
בלייבן און קאָנען נקמה נעמען.
2, 2/00-- 5/8 (סוף) די כראָניק חורבן ווארשע וועלכע מיר האָבן
פארעפנטלעכט אין פאָרזעצונגען, איז איבערנעדרוקט פון ,בלעטער פאר געשיכטע"---יולי--סעפּטעמבער 1981, ווארשע, ז"ז 101--- 140.
הערט די
ראדיאָ-עמיסיעס אין יידישער שפּראך, אויף וועלן-לענג 95 525 487 יעדן דינסטיק, דאָנערשטיק און שבת פון א זיינער 91.80 בין 99
=-
5(