Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
18
Einzelbild herunterladen

איצט, ווען די לאנגע געוואוֹינהייט האט שוין אויסגעגלייכט אָסאך אומגלייכהייטן, אוּן בּאַזוּנדערס דאַמאָלס..,

אַסאך זאכן פון מיין טאטנס אויפפירונג זענען איר דאמאָלס נישט געווען געפעלן, איר דער אױסגעהאָדעװועטער בּיי ר' בּרוכן עליו-השלום, און בּאזוּנדערס זיין ,פרייקייט" און דאס, וואס צר פלעגט רעדן אנדערש וי ער מיינט. זאל ער טאַקי גערעכט זיין דערמיט, וואס ער זאגט, אז א מענטש דארף יוֹצא זיין פאר מענטשן מער װי פארן אוֹיבּערשטן, סהייסט, צווישן מענטשן זיין אָפּגעהיט און אין שטוב פריי? זאל אזוי זיין געשריבּן אין די ספרים? אוּן ר' בּרוך--פארוואס פלעגט ער אזוינס נישט זאָגן 1

נאר, אפילן ווען זי פלעגט װואַגן צייטנווייז אים אויף עפּעס צו מאַכן אױפּמערקזאַם, פלעגט דידאָזיקע בּאַמערקונג טראָגן אויף זיך דעם שטעמפּל פוּן אַ צערטלען זיך פוּן אַ פרוי, וואס ספֿלעגט אים אריינבּרענגען אין כּעס. ער איז געווען גראָבּ אין זיינע ריד און אין זיינע בּאַװעגוּנגען, ער פלעגט ליב האבן זי צו דערצערנען דעױמיט, וואס ער פלעגט לויבּן אנדערע פרויען אוּן ער פלעגט הנאה האבּן פוּן איר כּעס, אוּן ער פלעגט אויך אזוי איינאָרדנען אוּן דערפירן דערצו, ער זאל נישט זיצן אין שטובּ, בּאזונדערס אין די יוֹם:טוב-טעג,

מענטשן רעדן, ווי בּאַקאנט, מיט אַ סענטימענטאלע ווייכקייט וועגן זייער פארגאנגענהייט בּכלל אוּן בּפרט וועגן זייער קינדהייט. די יסוּרים, וואס זי האבן דאמאָלס געליטן ווערן פארגעסן דורך דער לאנגער צייט און די אַנגענעמע איינדרוּקן, וואס זענען פארבּליבּן, ואַקסן אויס אוּן ווערן פארשענערט אוּן צעגיסן זיך אין די הערצער וי זיסע געי טראַנקען. נישט אווי איז בּיי מיר. דאס אויסזען פוּן מיין פאַרגאנגענהייט בּכלל איז פארשטעלט פאר מיין זכּרון אוּן צוּגעדעקט מיט אַ גרויסן פארבלאטיקטען בּאַרג זאמד, וואס העונט איבּער זי אוּן די איינצלנע פאַקטן, וועלכע האבּן

ואאמאקה:פגעוקקאק

א אי