Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
19
Einzelbild herunterladen

זיך ארויסגעקריגן פונם חוּרבּן און וואס איך ווייס זי מּער וי איך געדענק זי-- איז אויסער וואס זי ועבּן זיך נישט צוזאמען אוּן קריגן נישט קיין פליײש און בּלוּט צוּ ווערן איין קערפּער, זענען זײ נאך זייער שוװאַרצע און שווערע. די מלאכים פון מיין קינדהייט שוועבּן מיר פארבּיי אוּן

זייערע אויגן-- טריפן גרויסע טריבּע טרערן; דער קוֹל פוּן זיערע פליגלען טראָגט מיט זיך פיינטשאפט און פארלאָזנקײט, דאס איז אַ קוֹל פוּן א גוֹססדיק קינד, אַ קוֹל פון אַ קליין היגדעלע, וואס די מוטער האט עס פאַרלאָזט גייצנריק זוכן אַ גראָשןפּרנסה. אוּן דאס פּנים פון דידאָזיקע מלאכים דריקט אויס טרויער, אוּמעט, צער-- אַ צער אַטיפע וואס עקבּערט דורך בּיון גרינט, א צער אַ טעמפּער געמישט מיט בּלאָטע, אַצער אָן אַ סוֹף אוּן אָן אן עק, וואס דויערט אייבּיקי..

מיין מאמע פּלעגט צוּלִיבּ איױע געשעפטן אַװעקגײן אוּן מיך פלעגט זי איבּערלאָזן אוּנטער דער השגחה פוּן דער בּאַז לעבּאָסטע פוּן אונזער דירה, אוּן מיינע תּכיעות אויף עסן פלעגט זי דערלעדיקן אויף אזא אוֹפן: זי פלעגט נעמען אבּיסל צוקער אוּן אַ שטיקל חלה, פלעגט עס צוּזאַמענלײגן, צעקייען מיט אירע ציין אוּן זי פלעגט עס אריינטאָן אין אבּרעג פוּן אַ דין טיכל, דעם בּרעג טיכ? פלענט זי פערי בּינדן אין אַ קניפּל אוּן מיר עס געבּן אין מויל אריין צוּ נאָגן.

נישט בּעסעך פוּן דעמדאָזיקן מאכ?ל איז געווען די בּלאָטע, וואס איך פלעג צוּזאמעננעמען אין מיינע שמוּציקע הויפנס, ווען איך האבּ שוין זוֹכה געווען ארוּמצוּקריכן אויף דער פייכטער ערד.

אוּן מיין געשטאלט, ווען איך בִּין אלט געווען אַ יאָר פיר איז געווען אַזא: אַ קינד מיט אַ געשװאָלן פּנים, וואס האט אַ אויסזעז פוּן פּאַרמעט. דער שמוציקער און אומגאַטירי

19