לעכער גוף איז אָנגעטאן אין אַ העמד וי עפּעס אַ לאנגער אוּן צעריסענער זאַק, די. קורצע פיסלעך זענען בּאָרװעס. אויפן העמד פוּן אויבּן שיינט אַראָפּ אַ טלית"קטן מיט ציצית. אויפן קאָפּ, וועלכער איז צוגעדעקט מיט אַ טיכ?(מיטן בּלױון קאָפּ-איז אַ גרויסע צבירה, אבּער אַ היט?--איז פופצן קופּערנע קאָפּיקעס!) איו אַ ,תּפילין של ראש" געמאכט פוּן אַ קארטאָפל, מיין טאטנס קוּנסטיארבּעט, און דער זעלבּער מין ,תּפילין של יד" איז גוּט צוּגעפעסטיקט מיט אַ פֿאָדים צוּ מיין האנט. אוּן איך שאָק? מין אָן אַן אויפהער. מיין מױיל האלט אין איין זשומען און מיט מיין האנט פארדעק איך די איגן, וי אַ גרויסער, ווען ער שרייט: ,אח-אָ-אָ-ד", און בַּעַתּ מעשה קוק איך נאָך, וואס פאר אַ רוֹשם איך מאַך אויף די אַרוּמיקע,
אַ יוֹםיטוב אינדערפֿרי, סאיז ליכטיק. אַ הארבּסטיקע זון רייסט זיך אריין אין די שויבּן פוּנם איינציקן פענצטער, וואפ געפינט זיך אין מיינע עלטערנס קליינעם צימער, די פּאָדלאָגע איז אויסגעשמירט מיט אַ געלער פארב; אויך דער אויוון איז פונדאסניי געקאַלכט פּוּנקען פון מנוחה שוועבּן ארום אין דער לופטן. יוֹם-טוב... דער טיש איז צוּגעדעקט מיט אַ ווייס טישטיך. אויפן פענצטער הענגט אַ וייסער פאָרהאַנג. דער טאטע איז אין שוּל, אוּן די מאמע מיינע, אנגעטאָן אין אַ לייגען.-קליירל, זיצט בּיים טיש אוּן לייענט מיט הארץ דעס ספר-שמחת הנפשח, איר טרויער אוּן הארצווייטיק וואס וי איז נישט געגאנגען אין בּית-מדרש פארשווונדן בּיסלעכווייז, אוּן עס נעמט אויפשטראלן אינעווייגיק אַ פרייד צוּלִיבּן רעיון, וואס געפיגט זיך אין הייליקן ספר, אז סאיז אַ גרויסע מצוה צוּ זיצן אינדערהיים און אכטוּנג צו געבּן אויף די קינדער, דער רבּוֹנוֹ.טל-עוֹלם געפיגט זיך אוּמעטוּם, וואןּ מע פארלאנגט אים. אַסֿאך אגרעסערע עבירה איז, אז די ווייבּער קומען זיך צונויף אין גאָטס הויז אוּן זי פארבּרענגען די צייט מיט לשוןיהרע אױז מיט קנאה.. אָט למש?, וי מרים די בַּאלע. 20