Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
21
Einzelbild herunterladen

על

נאָסטע פֿון דער דירה, וואס איז מיטגעגאננען מיט איר מאן מענד? אין שול אריין, און געלערנט צו קענען דאוונען אין סידור איז זי דאך נישט... וואסזשע דען איז דער צוועק פוּן

איר אויפגערודערט געמיט ענדערט בּיסלעכּווייז איר שטימע, וועלכע ווערט טרויעריקער אוּן הארציקער, וויינעג. דיקער אוּן קלאָגנדיקער. זי טראכט ווייטער אריין וועגן דער שלעכטקייט פוּן מרים'ן אוּן וועגן דער גוטקייט פוּן די פיש, וואס זי האט געקױיפּט ערב יום"טוב, אוּן זי לייענט די מצשה מיט דער מוּטער פונם הייליקן תּנא, זיין זכות זאל אונז בַּיי. שטיין, וועלכע האט געװאָלט אָפּוואשן די פיס פון איר זון דעם תּנא אוּן אוסטרונקען דאס וואסער..,

פוּן אָנהױבּ זיץ איך אין אַ ווינקל אוּן מיין קלייגע גאַל ווערט צעפּלאצט: אלע מיינע בּקָשׁות, וואס איך האבּ געבּעטן דעס טאטן מיך מיטצוּנעמען אין בּיה-מדרש אריין, זענען געי ווען אוּמזיסט. אוּן איך קען דאך שוין קדושה און בּרכות, און וואס איז, אז איך בִּין איך האבּ, אמת, געפּרוּבט אויסדריקן מיין פּראָטעסט דורכדעם, וואס איך הא מיך ארויסנעגנבעט פון שטובּ אוּן בּין נאָכגעלאָפן מיט א געשריי נאך מיין אוועקגייענדיקן טאטן--אוּן איך האבּ מיך נישט אוּמ. געקערט מיט גאָרנישט; איך האבּ געשפּירט אויף מיר זיין האנט,

צים סוֹף ענדערט זיך מיין שטימונג. איך שטיי גיך אויף, רירעוודיק און זייער.זייער ערנסט גיבּ איך אַכאפּ דעם שטוּל, וואס אָן 8 ווענטל אוּן שטעל אים אוועק אינמיטן צימער-- אָט איז אַ ,בּימה"; מיט מיין מאמעס רויט טיכט וויקל איך מיך ארום אינגאנצן- אט איז אַטלית. און מיין טאטנס לאנג און שמאָל האלזטיכ? וויק? איך צונויף וי אַ ספר-תּוֹרה, נעם עס ארים, קוּשׁ עס, דריי זיך ארום דערמיט ארוּם דעס עטיל מאכנדיק פּסדר מיטן מױיל ,ניום-ניום-ניום.

21