Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
22
Einzelbild herunterladen

אוּן גיי מיר ארויס א מצוה-טענצל. איך האבכּ מיר הנאה פוּן מיין װעלט!

די זוּן שיינט און צעשפּרייט אירע שטראלן אויף אלץ. דער אבּיסל קאליעדיקער וואנט-זייגער קלאפּט מיט אַ גיכי קייט, וואס מאכט לאכנדיק. סאיז עלף אזייגער, די שעה ווען יידן גייען ארויס פוּן שוּל. מיין מאמע רייסט איבּער דאס לייענען און שטייט אויף פון איר אָרט בּרוּמענדיק ,שלום געצלי. זי גיט אטראכט וועגן אים אוּן זי דערמאָנט זיך, או­ער האט זיך שטארק געעוסקט מיט זיין בּאָרר איידער ער איו געגאנגען דאוונען. ארוּם א האלבּע שעה איז ער געשטאנען פארן שטיקל:שפּיגעלע, וואס איז צוּגעקלעפּט מיט ליים צוּ דער וואנט. נישט ווילנדוק גייט זי אויך צוּ צוּם ארט, וואוּ סאיז דאָס אָפּגעריבּן גלאָז אוּן זי פארריכט אירע האָר אוּנטערן שייט?, פּלוצלינג דערשפּירט זי מיך. אים מיט צערטלעכקייט צעגיסט זיך איבּער אלע אירע אויסגעמאטערטע געזיכט-שטריכן:

-- אוי, מיין טייערער חכם! אוי, מיין קלוּגער בּכור} אזא חכם איז דאָך אויף דער גאנצער וועלט נישטאָ.. דאס קינד װעט זיין א גרויסער תּנא... אזוי נאָכצוּמאכן... אָרעמיגֿ: קער... אין שוּל אריין האט ער געוװאָלט... מיין טייערער... גוטער מזל מיינער... וויין נישט, קינד מיינס... דער ט אטע האט דאך דיך געשלאָגן... דיין טאטע,. נישט קיין אנדערער... בּאָרו עסער, אָרימינקער... איצטער וועט דער טאטע קוּמען אוּן װועט זיך דאן שפּילן זיך... שפּיל זיך מיין זוּן, שפּיל זיך... מיר וועלן בּאלד עסן מיטאָג...

איך צעשפיל מיך נאך מער. אין די מאמע, רעדנדיק צוּ זיך וועגן דעם, אז מדארף שוין זויער נויטיק קויפן שיכלעך פאר איר חכם, לייגט אויס די לעפל אויפן טיש, גרייט אלץ צוּ, קוקט זיך נאָכאמאָל איין אין שפּיג? אוּן זעצט זיך אוועק אויף איר אָרט,

פון ראָג געסל הויבּט זיך אָן בּאװײיזן אגרופע מענטשן.

22