Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
23
Einzelbild herunterladen

דאס גייט מען צוריק פון שוּ?; יידן איינגעבּויגענע און אגי געזעטיקטע מיט תּענוג פּונם חזנס זינגען, פוּן די מחלוקתן אין קלויז, פוּנם יוֹם-טובדיקן העמד און פוּן דער פאָרשטייענדיקער סעודה, גייען און כאפּן אזוי-זיך אַ שמועס; יוּנגעלייט.בּעק?עך טראָגן זייצרע אויסגעהאפטענע טליתזעק אונטער די אָרעמס אוּן שלעפן זיך גאָך נאך זייערע יונגע ווייבּלעך, וועלכע זענען אױסגעפּוּצט מיט כּלערליי צירונגען; פּלױדערנדיקע ווייבּער פארענדיקן זײערע געשפּרעכן אוּן צעזעגעגען זיך, נאר תּיכֵּף קומען זיי זיך ווידער צונויף און פּלאַפּלען ווייטער צוּזאמען וי פריער,-- סאיז זי שווער זיך פאגאנדערצעשיידן אוּן איינשטילן די צונג; דאַרע און קרענקלעכע ק נדער טראָגן גראָבּע סידורים אין די הענט. אַ הערלעכע מאני. פעסטאציע!

בי אונז אין שטובּ איז אַ ווארטנדיקע שטילקייט. מיין מאמעס אויגן זענען אריינגעטאן אין די פענצטער.שויבּן, זי בּלאָנדזשען אוּן זוכן. איר פּנים דריקט אויס בּאאומרואיקונג און א מין האָפּנוּנג, ועלכע הויבּט זיך אן צוּ אנטוישן. סאי איר שווער שלום-צו-מאכן מיטן געדאנק... זי האט זיך דאך אזוי פיל געמיט פוּן זיינעטוועגן, און אלץ איז איר, בּרוך השם, געלונגען, אלץ איז אָפּגעבּאָקט און אָפּגעקאָכט נישט ערגער ווי בי אלע יידן.

אבּער ער ווייזט זיך נישט!

אט האט זיך מרים'ס שטימע, וי זי שמועסט מיט איר פריינדן. דעח שמוּעס פליסט ווי א טייך. דער ,צימעס", די גפּירטע... ראָטאָנדע... סוף כּל-סוף גייט די פריינדן אוועק בּא. גלייט מיט אַ שטארקן אָנזאג, זי זא? נישט פארגעסן צו קומען נאכמיטאג ,מאכן א בּרכה"... זי װעט װאָרטן|

און מיין טאטע איז נישטאָ,

אט איז ר' שמעון שרייער, דער וואס פארשפּעטיקט תּמיד ארויסצוגיין פון שוּ?, אויך ער גייט שוין דורך. רי 3