Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
24
Einzelbild herunterladen

גאס ווערט ליידיק. נאך א מענטש, וואס האט פארשפּעטיקט, אבּער סאיז אויך נישט ער. מיין מאמע נעמט נישט אראָפּ איר בּליק פון פענצטער, זי איז פארגליווערט. איך גי צי צו איר, מיין בּאק רירט אָן איר מאָגערע בּאק. א טרער טראָפּן פאלט פון אירע אויגן אויף מיינע ליפּן און רינט אראָפּ..

מיין טאטע איז נישטאָ|

די טיר גיט אסקריפּע. מרים, בּאלאדן מיט איך ניי קלייר, און מענדל, אױסגעפּוצט אין הויכן צילינדר, קומען אריין מיט א גרויסן טוּמ?. מיין מאמע איילט אריין אין זייער צימער. איך נאך איר,

- גוּט יוֹם-טוב אייך, מרים! גוט יום-טוב, ר' מענדל! מרים, איר ווייסט, איך הא דאך נאך נישט געוען איער נײ קלייד. אינדערפרי בִּין איך געווען פארנומען און אין בּית-מדרש אריין גיי איך דאך ניש, בּרוך השם; כהאבּ נישט קיין שטאָט וואו צו שטיין דאָרטן... כמיין: איך האבּ נישט אויף וועמען איבּערצולאָזן מיין ירמיה... הם... טייערער שטאָף... טראָגט געזונטערהייט, מרים!| מיין שלומיגעצלען האט איר נישט געזען 1

-- אהא, חכמה, פאר שלוםיגעצלען בּיסטו אוּמרואיק!-­הױיבּט אן די פריינדן מיט א שטימע פון א לוסטיקער חָמתטע.

-- זארג נישט, יהודית!-- זעצט מענד? פאָר זיין ווייבּס חכמה-- ער וועט נישט זיין הונגעריק, חלילה... ער איז גע. גאנגען צו קאָצינען מיט נאך א סך געסט..,

-- ר'איז אוועקגעגאנגען?!-- רעגט זיך מיין מאמע אויף און איר שטומע ציטערט.

- טאָ ואס איז?!-- טרייסט זי מרים- מיך וואלט גארנישט געארט, ווען מיין מענדל גייט פון מיר אוועק און שלעפּט זיך ארום אין פרעמדע הייזער זוכן כּבוד! זאל איך אזוי לעבּן, וי איך וואלט גארנישט געזארגט... זאל ער זיך גיין... און דו, גיי עסן מיטאג,