- וואס הייסט! אן אים! וואס איז, איך בִּין עפּעס א גויע, כיזאל מיך אוועקזעצן עסן יוםיטוב אָן אים!.. אַ, די מיש וועלן פארפרוירן ווערן, זיי וועלן קאליע ווערן...
-- זאל ער וויסן!-- טענהט ווייטער מרים...
און מיין מאמע קערט זיך אום און זעצט זיך אוועק אויפן פריערדיקן ארט. דעם ,שמחת הנפש" לייענט זי שוין נישט. קיין ווארט לאָזט זי שוין נישט ארויס פון מויל. פון צווייטן צימער הערט זיך דאס קלינגען פון טעלער-לעפל און מריםיס שטימע, וי זי שמועסט מיט איר מאן. איך, ציטערנ. דיק זיך א ריר צו טאן און א הויך ארויסצולאזן, הויבּ אויף די אױגן א מינוט צום פענצטער, א מינוט צו דער מאמען. איך בּין בּאליידיקט פון דער עוולה, וואס מיין טאטע הָאט אָפּגעטאָן. מיין תּוֹרהלע איז א פארלאזענע. סנעמט מִיך שוין גישט קיין שום ואך צום שפּילן. אונזער שכנטעס מיידעלע בּרענגט מיר אריין איר פּוּפּע, כ'זאל זי אויסלערגען ,המוֹציא מאכן", שטופ איך זי אָפּ מיט פיינטשאפט,
- גיי צו דיין מאמען!..
די שטילקייט הילט זיך איין אין דערשלאגנקייט, אין טרויער...=-- און א בּיטערער שלאָף באפאלט מיך...
און פּלוצים טרינק איך זיך אין א יִם פון קישן;
-- ירמיהלע, זון מיינער, תּנא מיינער, חכם מיינער... דו וועסט מיר מיינע אויגן פארלויכטן... מיט דיר דארף אין קײן זאך נישט... קינד מיינס--