Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
26
Einzelbild herunterladen

ג.

אין די שווערסטע און קאלטסטע ווינטער.-טעג פלעגט דידאָזיקע אָרימע פרוי מיך פירן אין חדר אריין צו ר' ישראל דרדקיימלמד אינם זעלבּן קליינעם שליטעלע, וועלכן זי האט בּאנוצט אויף פירן קליידער צו וואשן צום טייך,

ר ישראל, וועלכער איז שוין געווען זיכער, אז אין אזא קעלט וועלן זיך די תּלמידִים זיינע נישט צוזאמענקומען לערנען(די קינדער פֿון די בַּאלעבּאטים- זענען געצערטלט, און די קינדער פין די ארימעלייט--נאקעט), איז זיך געלעגן וי אַ קייסער" אויף דער לעזשאנקע פֿונם ווארעמען אויוון, צוליבּ זיין ,בּאלעבּאָסטע"-- מיין מאמע--קריכט ער אראָפּ אן חשק, קראצט זיך און זאגט:

- א, אין אזא קעלט, אין אזא קעלט... אן איינשטעלע. ניש... מסירות נפש בּפוֹצל ממש... יא... איך זאג תּמיך; יהודית|.. אויפגעהאדעוועט בּיי ר' בּרוכן, זכרונ! לברכה... יאָ.. איז אט הער, יהודית.. איך זאג תּמיד: ,קײן זאך גייט נישט פאַרלױירן. קיין זאך איז נישט אומזיסט אויף אונזער וועלטל, איך זאג... יא... נאך עפּעס זאג איך, יהודית; דו האסט נישט וואס מקנא צו זיין קאָצינען... ער נעמט פאר זיך א מלמד, ער צאלט פופציק רוּבּ? א הוֹדש- און די קינדער זיינע זענען ,גוֹיים", חמוֹרים, קענען קיין ,עברי" נישט.. וועמען דארף מען מקנא זיין?-- דיר דארף מען מקנא זיין... און איך בִּין טאקי מקנא... הלואי, וואלט מיין אַלטערל גע. 6

בּ