יידן ווערן אויסגעלייזט פוּן מצרים דורך משהן... אוּן אפילו די אלע טרוקענע געזעצן פארנאָגן דאך אויך אַ װערט פון תּוֹרה. אַלץ איז דאָך געגעבּן געװאָרן משהן אויפן בּאַרג סיני 1 אלע ווערטער וואס אין אלע ספרים, ווי אין די אַמאָ, ליקע אזוי אין די לעצטע, אלע תֵּגן, אלע פּינטעלעך, אלע אוֹתיות, וואס אין דער הייליקער תּוֹרה,-- אלץ איז דאָך הייליק און פאָרכטיק, אלץ איז פוּל מיט שרעקלעכע סוֹדות און מיט טיפע געהיימנישן, אין אַלץ געפינט זיך די גאנצע חכמה פון דער וועלט, אלע פארשיידענע מדרגות, וואס דער מענטש קען דערגרייכן... דאס איז אַלץ!.. אוּן וי גליקלעך און וי אויסגעצייכנט זענען יענע, וועלכע האבן זוֹכהּ געווען דער. מאָנט צו ווערן אין דער תּוֹרה גיפא! עשיו, לבן, בּלעם-אפילו דידאָויקע רשעים האָבּן דאָך עפּעס אַ ספּעציעלן, גראַג. ציעזן אויסוען, אפילו זי האָבּן דאָך עפּעס פליגלען|
מיין בּאַציאוּנג צוּ דער וועלט איז געווען דער סימבּאָל פון ערנסטקייט. אַלץ האָבּ איך בּאַטראכט מיט דער גאַנצער טיפקייט פוּן מיין נשמה, וועלכע איז תּמיך געווען אָפן, גרייט אויפצונעמען איינדרוקן. יעדער קליינער שינוי אַרום מיר, יעדער קליינער פאַקט האָבּן אין מיר דערוועקט מחשבות, די וועלט- איז אַ פאָדערהויז, ווֹאס איז שווע דורכצוגיין צוליבּ דער שרעקלעכער מלחמה, וועלכע מ'מוּז דאָ פירן מיט דער טומאה, מיט דער קליפּה, מיטן יצר-הרע. דער מענטש- איז אַ זעלנער. אַלע הייליקע ספרים, וועלכע זענען פאַראן פי? אָן א צאָל, לערנען וויאזוי אלץ מנצח צוּ זיין אוּן אַרײנצוקוּמען אין פּאַלאץ אַרײן. די מלחטה'סטראַטעגיע-דאס זענען די מצוות.
אָן מצוות האבּ איך מיר גאָרגיש: געקענט פאָרשטעלן דאס לעבּן בּכלל. איך פלעג האָבּן גרויס רחמנות, ווען איך פלעג טרעפן עפעס א ,גוֹי". וי אומגליקלעך איז דאס דאָזיקע בּאַטעפּעניש! עס מאַטערט זיך אָן אָפּרוּ, עס זייט, שניידט, 36