Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
38
Einzelbild herunterladen

העוֹלִם, אוּן ידע אומה האט איר שר דאָרטן, אין דער פּמליא של מעלה, און א וודאי האט דער רבּוֹנו של עוֹלם אויך עפּעס מִיט זי צי טאָן, אָבער לגבי יידן זענען זי גאָרנישט מיט נישט, װאָרוּם זי האָבּן דאָך נישט קיין תּוֹרה אוּן קיין מצוות אוּן ממילא-- קיין לעבּן אויך גישט. אמת, זיי האָבּן דאָרטן זייערע פארשיידענע לשוֹנוֹת", אוּן א סך פון די ;גוֹיים" פארגעמען זיך מיט חכמות, מיט חכמות חיציניות, אָבּער זי זענען קייגמאָל נישט דערגאנגען, אוּן זיי קענען נישט דערגיין צו יענער חכמה, וואס מיר געפינען, למשל, אין ;מהר"ם שיף", אין ,פַּני יה!שע", דער ,ערבי נחל" אָדער דער אלשיך, למשל, זענען דאָך בּלױן מפרשים פוּן די פינף חוּמִשים,- טאָ גיב א קוק זייער גױויסקייט: זי נעמען אין פרעגן הונדערט קשיות אויף איין פּסוק, ברענגען דרייסיק מאמרי חז"ל, ואס האָבּן אין פלוּג קיין שוּם שייכות נישט מיט דעמדאָזיקן פֵּסוּץ, בּרענגען נאך עטלעכע הקדמות און פּלפולען זיך אָפּ עטלעכע זייטלעך בּיז פוּן אלע קשיות בּלייבּט גאָרנישט. אוּן דאס קרוּמעץ ווערט אויסגעגלייכט. געפינען זיך אין די נארישקייטן פוּן די ,גוֹיים" אועלכע זאכן?,,

און אז איך פלעג איבּערגיין פוּן דער ,חכמה" צום אוּנטצרשייד וואס צווישן די גוֹיים און צווישן יידן אין גאָט. זאכן, פלעג איך מיך נישט ווילנדיק דערמאָנען אָן מיינע חברים, די יינגלעך, וועלכע טראכטן אויך נישט אריין אין אזעלכע זאכן, זי זענען פארנומען מיט זײערע נארישע טן. עכצער, מיט די אוּמזיניקע שפּילערייען, און איך... איך קלער גאָך װעגן מיין אױפּפירוּנג, איך טראכט וועגן זין פוּן דער וועלט, איך קלער אריין אין מיין בּאשעפער, איך... איך... בּכן, הייסט עס, או איך האלט מיך גרויס? אוי, שוֹטה, רשע, גראָבּער יונג| דו האלטסט זיך גרויס אנטקעגן דו ביסט דען בּעסער פוּן זיי! דו בּיסט דען זיי נישט מִקְנֵא און די ווערסט גאָרנישט געשטרויכלט מיט פארשיידענע זינדיקע

38