Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
41
Einzelbild herunterladen

שטעטלעןך מיט פּעקלעך ספרים און מעשיות אויף העבּרעאיש און זשאַרגאָניש, ווען זיי פלעגן אױסשפּרייטן זייער סחוֹרה אויפן טיש, וואָס ל:בּן בּיתימדרש-אויוון. אַלע זיינע אָגריסנס בּיי די אויערן און די שטויסן אין פּלייצע האָבּן מיך נישט אָפּגעריסן פוּן יענע קױפּעס דערציילונגען, מיט וועלכע איך האָבּ מיך אייגנטלעך געשעמט צוּ עוֹסקן, איך פלעג מיך בּאַשוּ?דיקן פאַרװאָס איך גיב זיך אָפּ מיט נאַרישקײטן און נישט ערנפטע זאַכן, אין גלייכצייטיק פלעג איך זיך שעצן גליקלעך, ווען ספלעגט זיך בּיי מיר געפינען-- עפּעס אַ צוּפאַל- אַ קױפּערנער גראָשן צוּ בּאַבֿאָלן דעט מוֹכריספריט לייענגעלט. די איבּעריקע טעג פלעג איך בּלױז שטיין און קוקן אויף מיין האַרץ.בּאַגער מיט אַסך בּענקשאַפט אוּן מיט דעם ווייטיקדיקן בּאַוואוסטזיין, אז מיין גליק איז נישט בּיי מיר אין די הענט. אויך די קליינע דערציילונגען פון שמ"רן אוּן זיינע ,תּלמידים": ,המנס מפּלה", ,געלט פאַר פּעטש", ,דער ישיבה-בּחוּר" אוּן נאך א סך אַזױנע, פלעגן מיר דערקוויקן דאָס האַרץ. סאיז איינמאָל אפילו דער. גאַנגען דערצוּ, אז איך האָגּ נישט צוגעגרייט דעם שיעור! סאיז מיר אוּנטערגעקומען די מעשה מיט שבּתי-צבי ימח שמו, ר חנן-נתן האט גאָרנישט געוואוסט פון אַלע מיינע יסוּױים צוּ. ליבּן בּראָן פּוּנם{פאַרשטויסענעם הירש" אוּן צוּלִיבּ דעם, וואס די זאַך איז נישט געלוּנגען, אין ער האט בּשׁוּם אוֹפן נישט פאַרשטאנען ווי האָבּ איך פאַרגעסן צי פארענדיקן די סוגיה (כ'האבּ דאמאָלס געלעױנט מסכתא כתובּות), וועלכע האט אַזעלכע טייערע ,מהר"ם שיף'ן און וועלכע איז נוֹגע די הלכה פוּן יורה.דעה, וואס מיר האָבּן יענעם טאָג געלערגט, צוליב אַ נאַרישער מעשה. אַ בּחוּר אַ בּר.דעת!..