ה.
איך בין דאַמאָלס אלט געווען אַ יאָר צען, דער קלענס. טער צווישן ר' חנן- נתן'ס תלמידים. די שכירות" פון אונזער שטאָט האט נישט געניגט פאר איר רב, האט ער זיך דעריבער אויך פערנומען אַ ביסל מיט בכבודיקער, רבנישער מלמדות. זיינע תלמידים זענען געווען די קינדער פון די עשירים פונס שטעטל, תלמידים צוליב אנזען און נישט צוליב לערנען, און מער ווי זיי פלעגן זיין באַשעפטיקט מיטן סדר נשים פון ר' חנן נתן, פלעגן זיי זיך באַשעפטיקן מיט די דריי טעכטער פון ר' צבי גלותזאן, וועלכער האט געוואוינט אין שכנות" ביי אונזער רבין אין שטוב. ר' צבי גלותזאן, וועלכער אין געווען אַ שוואגער פון משה שמערלס, איז געווען דער פעטער פון יעקב'ן, אָט דעם משה'ס זון, און דערדאָזיקער יעקב אין אויך געווען צווישן דעם רבס תלמידים. די דערמאנטע דריי טעכטער האָבן געהאט מיידלעך פריינדנס, און די צאָל פון די העלדנס איז געווען נישט ווייניקער ווי די צאָל פון די העלדן. אָטאָ דער מגע ומשא איז געווען פונט אָנגענומענעם מין אין די פּראָווינץ- שטעט: מען קומט זיך צונויף און מען פארברענגט די צייט מיט הוליען, מיט רכילות און מיט ראנגלען זיך. און דידאָזיקע שפּיל איז געווען נישט אן ליבע. קאָנפליקטן. יעקבס הארץ, למשל, האט געצויגן צו דער יינגס. טער פון די דריי טעכטער, און אין הארץ ביי עובדיהן, דעם רבס זוּן אַליין, איז געווען אַ סימפאטיע"- כ'האב שוין פאר•
42