Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Einzelbild herunterladen

איז נישט גלייך אין זיין אויסזען צום שיינעם אויסזען פוּ, אַ פּריציש זינדל, צוליבּרעם, וואס ,מיינע האָר זענען נישס געקרייזלט, כּדי דער בּער זאל זיך אויף מיר אָנרייצן"; ליידן צוּליבּדעם, וואס איך קען מיך נישט איינקוקן אינם קליינעם פינגערל פוּן אַ פרוי, כּדי מיין לעבּן זאָל ווערן פאַװשניטן פון דער וועלט-- אז אָך אוּן וויי צו מיר!.. וויאזוי װעל איך קענען מיין קאָפּ אויפהויבּן פאר מיין באשאפער? צי פּאסט דאס פאר אזא, וואס האלט מלחמה מיט דער קליפה? אדרבּה, איך דארף מיך דאָך פרייען, וואס איך פאַרמאָג אן אָפּהאלט פאר מיין יצר.הרע אוּן פאר מיינע תּאוות. אמת, אַוודאל װאָלט בּעסער געווען, ווען איך ּין יאָ מסוג? צוּ זינדיקן און שטארק זיך אוּן בּין מנצח, נישט אזוי וי איצט... אָבּער, נאָכאמאָל, אָך אוּן וויי צוּ מיר, רשע גמור! איך ווייס דאָך יאָן אז איך בּאויץ נישט די מידה פוּן יענעם צדיק, וואס אין דער מעשה מיט דער ,מטרוניתא"; איך האבּ דאך אפילו קיין כּוֹת נישט צוּ האלטן דעם אָפּמאַן, וואס איך האבּ וויפי? מאָל מיט זיך אָפּגעמאכט איך זאָל נישט קוקן אויף קיין מייד?; איך בִּין דאָך אין דער בּחינה פוּן איינעם, וואס טוט תּשוּבה אוּן זיג. דיקט בּאלד ווייטער, ווארים וויפל? מאָל האבּ איך געוויינט מיט בּיטערע טרערן בי ,תּפלה זכּה" אוּן האָבּ אָנגענומען אַ פעסטן בּאַשלוּס זיך צוּ דערווייטערן פוּן דער זינד-- פון דער בּאַוואוּסטער זינד-- און איך האָב נישט אויסגעהאלטן דעם גסיון... איז אַוא שווער-זינדיקער מענטש, וי איך בּין, קען נאָך האָבּן טענות אוּן תּרעומות צוּ זיין בּאַשעפער, אַלעמאִי ר'האט זיך אויף אים מרהם געװען אוּן האט אים בּאַשאפן אַ מיאוסן! אוּן בּכלל, וי שעם איך מיך נישט ויך אָפּצוּגעבּן מיט אַזעלכע מינדערווערטיקע זאַפן?.. אויף יענער וועלט וועט מען מיך פרעגן וועגן מיין תּוֹרה, וועגן מיינע מצוות אוּן נישט וועגן אויסזען פון מיין נאָז!--

איך ווייס עס אלץ-- און פאַרבּאָרג פון מיר אַליין מיין