Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Einzelbild herunterladen

זינך... איך ווייס עס אלץ-- און מיינע אויגן פארג נבענען זיך,

קוקן זיך איין, בּלאָנדזשען ארום... איך ווייס עס אלץ-- און מיין הארץ צעגייט אין מיר, ווערט צעריסן, וויינט... דערדאָזיקער קאַמף, וועמענס שילדערונג פארמאָגט שטריכן, וועלכע פארוועבּן זיך נישט אין ווערטער, אוּן בּרעקלעך פאקטן, וואס לאָזן זיך נישט בּאשרייבּן, גייט דוּרך וי א רויטער פאָדים אין מיין גאנץ לעבּן. די יאָרן פוּן מיין װואַלגערן זיך אין די בּתּי-מדרשים, פוּן מיין עסן יצדקה בּרױט" בּיי פרעמדע טישן האָבּן נאר געקענט נאָך פארשטארקן מיין נישט. פלינקייט, מיין אוּמאַנגענעמלעכקייט, מיין מיאוסקייט, שעמעוו. דיקייט אוּן אָפּגעזוּנדערטקייט. עס האט זיך אויך גאָרנישט גע ענדערט, װען איך בִּין אַרױס פוּן דאָרט ,אין דער װעלט אַריין", ס'הייסט זיך צוּ ואַלגערן אין טונקעלע װאוֹינוּנגען אַלס הוּנגערנדיקער העבּרעאישער לערער. סהאט זיך בּיי מיר נישט געענדערט דאס נישט אַכטוּנג געבּן אויף מיין אויסערלעכקייט און אויף מיין קליידונג, אַ זאך, ואס די ישיבה האט בּיי מיר אַנטװיקלט בּיזן עקסטרעם. סהאט אפיל געדויערט אַ לאנגע צייט און איך האָבּ מיך נישט אָפּגעזעגנט מיט מיין לאַנגער קאַפּאָטע. איך האָבּ, אמת, פארשטאנען, אז ,אן אייראָפּעאיטער מענטש דארף טראָגן אײיראָפּעאישע קליידונג", אבּער מיר האט זיך אױסגעדאַכט, אז איך ווע? האָבּן נאך אַ קאָמישערן אויס. זען, ווען איך וועל ענדערן מיין קליידונג. עס האט זיך אויך נישט געענדערט מיין געדאַנקענגאַנג וועגן שיינקייט, אוּן ערשט ווען בּײדע צדדים אין מיר פלעגן זיך פריער בּאַנוּצן מיט פּסוּקים, מיט מאמרי חז"? אוּן מיט שטיקלעך פוּן ספרי-דריש, פוּן מוּסר-און חקירה.ספרים, פלעגן זיך דערנאך שטעלן איינער קעגן אַנדערן: דער הערשנדיקער גייסט אין טוּרגעניעווס ראָ: מאַנען אוּן אין פּוּשקינס אין לערמאנטאווס לידער פון איין זייט, אוּן די אַרטיקלען פון פיסארעוו, שעלגונאוו אוּן זייערס. גליכן, די אמוי קענער פון דער עסטעטיק אין די זעכציקער