Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
47
Einzelbild herunterladen

טיקע בּאַציאוּנג צום "שיינעם אין שוװאַכן געשלעכט" געהאט אין זיך צפּעס אַ מין סענטימענטאַליטעט. צוליבּ מיין נישטיקע. נען די פרויען האָבּ איך געהאלטן ,אַ מיידל* פאר אן אנ. דערע, גּאַזוּנדערער וועלט, כיפלעג זי אפילו אָפט פארגעטערן, כאָטש צוּזאַמען דערמיט-- די אייבּיקע סתּירות אוּן ווידער. שפּרוכן!-- האט זיך נישט געענדערט מיין מײנונג איבּערן אמתן ווערט פוּן דער פרוי אלס אועלכע, נישט אין בּאַצוּג צוּ מיר. פוּן מיין קינדהייט האבּ איך געוואוסט, אז סזענען געווען די ,אמהות" און אנדערע נשים צדקניות, אין וועמענס זות אונזערע על?טערן זענען אויסגעלייז: געװאָרן פוּן מצרים; אז סזענען געווען פרויען, וועלכע האָבּן דערגרייכט צוּ אזא מדרגה ווי, למשל, רבי'ס דינסט, וועלכע ווערט דער. מאנט אין דער גמרא, וו דעם בּח"ס טאָכטער... אוּן פונדעסט. וועגן-- ,פונװאַנען נעמען מיר, אז די פרוי ווערט אָנגערוּפן מענטש!"... פרויען זענען לייכטזיניק, פֿרויען טאָרן נישט שעכטן, פרויען זענען פּטוּר פוּן מצוות, פרויען, קנעכט אוּן קליינוואָרג מיט איין קלאַפּ, אוּן בּכלל איז אַ מייד?ל גישט בא: שאפן געוואָרן אויף אריינצוטראכטן... א פֿרױ איז בּלױיז צוליבּ שיינקייט... און די דיקע גמרא'ס מיט זייערע מפרשים און מפרשי-מפרשים, און אלע פֿוֹסקים, אוּן אלע פּלִפּוּלִים זענען דאָך בי מיר בּלױז אויסגעטוישט געוואָרן אויף אנדערע ספרים, ספרים, וועלכע זענען, אמת, פֿוּל געווען מיט פיינע פארנויגונגען פאר דער פרוי, אָבּער די פֿאקטן, וועלכע זענען דאָרט געבּראכט געװואָרן און די בּאלייכטונג פוּן די פאקטן קאָבן גענוג בּאוויזן, אז די פרוי אין אלגעמיין איז אַ קליינ. לעכע, אַ ליגנערן, אן אכזרטע, האט ליב בּלױז איר גוּף, איז אן אויסגערעכנטע, אַ שרעקעוודיקע, אַ קאָנסערװאַטיווע, איז װייט פון קריטיק און פון דענקען... אוּן דעריבּער ווען עס פלעגט מיר דאמאָלס אויסקומען צוּ רעדן ועגן דע ,פרויען. עמאנציפאציע", פלעג איך, וואס אן אמת, צווישן די ווערטער 47