Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
51
Einzelbild herunterladen

י

איך בּין דאַמאלס אלט געווען א יאר צען, דער קלעני סטער אוּן דער אָרימסטער צווישן ר, חנן-נתנ'ס תּלמידים, אָבֶּער איך געדענק, אז איך פלעג מיך כמעט גרויסן מיט מיין אָרימקײט אוּן איך האָבּ קיינמאָל נישט מקנא געװען די שיינע בּגדים, וואס מיינע חברים פלעגן טראָגן. אַ שטארקע קנאה האָבּ איך נאָר געהאַט צוּ זייער.דערוואקסנקייט": זי זענען {בּר-מצוה"ס, מענטשן װעלכע מקען שוין מצרף זיין צו צַ מנין אוּן צוּ מזומן, אוּן איך בּין אַ קליינער. זײ דאוונען אין תּפילין. אַ קרוינד? אויף זײער קאָפּ און א צירונג אויף דער האַנט; װען זי גייען אין בּית-מדרש אַריין, שיינט דאס אויס" געהאפטענע תּפילין-זעקל אין זײערע הענט, אוּן איך וואס! יי אמת, זיי, די גראָבּע יוּנגען, פילן נישט זײער גרויס גליק. אוּן דידאזיקע אומדאנקבּאַרע האָבּן גאָר קיין מוֹרא נישט אפּ' צוּטאן שרעקלעכע עבירוֹת וי דאוונען נישט ערנסטערהייט, נישט אַכטוּנג געבּן אויף די תּפילין, עסקים מיט מיידלעך ­אט דאס האָבּ איך בַּאמת נישט געקענט פארשטיין! זי זענלן דאָך גרויסע, גאנצע יידן, סאיז דאך שוין אַראָפּ פון זײ די ערבוּת פוּן זיערע טאַטעס, זייערע עבירות פאלן דאך שוין אויף זייערע קעםּ, טא װי האט מען דאס אַזעלכע פארשטאָפּטע הערצער דאס נישט צוּ בּאגרייפן? אוּן אויבּ אפילו זי זענען נישט דערגאנגען צו דער מדרגה פוּן ,דינען גאט פוּן ליבּשאַפּט", דארפן זי דאך אבּער מוֹרא האבּן פאָר אַ שטראָף... סאיז,

נפ