פשוט אַ ווילדע זאך, װיאַזױי גיבּן זיך די מענטשן גאר נישט אָפּ קיין רעכנונג| און איך, וי גליקלעך וואלט איך געוועזן, ווען מיינע מעשים ווערן פאַרשריבּן אויף מיין חִשִבּוֹן אוּן גישט אויף מיין טאַטנס. אמת, איך בּין אַ רשע גמוך, סאיז מיר אַ חרפּה צו לעבּן, אז איך גיבּ זיך אַ דערמאָן די חסדים פונס אויבּערשטן, וועלכער האַלט אויף יעדע מינוט מיין לעבּן און איך װױידערשפּעניק קעגן אים, דאס הייסט, איך שטעל מיר אים נישט פאָר יעדע מינוּט פאַר מיינע אױיגן, און סטװעפּט אויך אז איך עס און שלאף, ווייל עס ווילט זיך, און נישט מיט אַ פריטדיקער כּוונה, אז דאס איז צוליבּ גאט, בּרוך הוא. איך בִּין נאך ערגער, אַ סך ערגער פון זיי.- און פונדעסטוועגן גין איך געווען זיכער, אז מיינע מצוות וועלן אַריבּערועגן די װאָגשאָל,
און די מצוות האָבּ איך ליב געהאַט. אמת, דאס דאַוונען, דאס דאזיקע לאַנגע, שטענדיקע, פארפליכטנדיק דאוונען, וואס ציט זיך צטלעכע שעה נאָכאַנאַגד, איז מיר-- טראָצדעס, וואס איך האָבּ געוואוסט, אז אלע וערטעך האָבּן אָן אַצאָל כּוונוֹת-- געווען צו לאָסט. און איך פלעג אין הארצן לויבּן די קאָצקֶער חסידים אָדער אפילו די מתנגדים, וואס בַּיי די ערשטע איז די התלהבות דער עיקר און בּײ די צווייטע.דאס לערנען תורח. אָבּער אלע מצוות אין אלגעמיין פלעגן מיר תּמיד פאַרשאַפן פאַרגעניגן. אמת, מצוות זענען נישט גע. געבּן געװאָרן, מזאָל פון זי הנאה האָבּן אוּן מטאָר נישט זאָגן: ,איך װיל גישט קיין חויר-פלייש", אבּער וואס זאל איך טאן, אז איך האָבּ פאָרט הנאה פון דער זאַך? וואס זאל איך טאָן, אַו איך האָבּ ליב מיין בּאַשעפער אוּן זיינע מצוות ז אַדרבּה, איך בִּין זיכעף חשוב בּיים רבּוֹנו של עוֹלם ציליב, דעם. קיין;טרוּקענע מנהגים" זעגען בּײי מיר גישט געווען בּנמצא; אלץ איז געווען נשמות, אלץ זאַכן װאָס שטייען בּרוּמוֹ של עוֹלם, זאַכן, וואס מאַכן א גרויסן רוֹשם אין די עוֹלמוּת העליןנים,
52