Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
53
Einzelbild herunterladen

און אין געדענק די מלחמה, װאָס האָט זיך פאַנאַנדערגעפלאַ­קערט בי מיר אין האַרצן, ווען איך בּין געקוּמען אין דער ליטע-- װאָס זאָל איך זיין, אַ חסיד צי אַ מתנגד! עוֹבדיה, דעם רבס זון, וועלכער איז געקומען צוזאַמען מיט מיר, האט מיר געעצהט, איך זאל מיך פירן וי דער מנהג איז דא אויפן אָרט, וואוהין איך בּין געקומען, און איך האָבּ בּשוּם אופן נישט געקענט פארשטיין זיין קאַלטקייט. ,איך רעד צוּ דיר לאָגישע ריד-- האָבּ איך געשריגן מיטן תּלמוּדישן ווערט?-- און דו זאָגסט: דער וואס אין הימל וועט העלפן!* די מתנגדישע מנהגים האָבּן מיך אביסל צוגעצויגן מיט זייער נייקייט: אז דוּ בּיסט פון תּמיד געוואוינט אנצוּהויבּן דאס דאַװנען מיט אַ מנין פון ,הודו", איז אנגענעם צוּ הערן, ווי דער חון עג­דערט דעם סדר און הויבּט פּלוצים אן ,מזמוֹר שיר חנוכת!* אבּער איך האָבּ מיך נישט פאַר?אָזן אויף זיך און איך האָבּ נאָכ­געזוּכט אין ספרים, וואס רעדן וועגן דעם. איך האָבּ אפילוּ גע לייענט דעם ספר ,שלוֹם על ישרא?", נישט געקוקט דערויף, וואס איך האָבּ געהערט, ווי מע שפעט נאך זיין מחבּר: צווייפעל-­8 ספק, צווייפעל-- צווי פאַלן, צווייפעל-- צוויי פעלן. ענדלעך האָבּ איך אליין געפּרובט שרייבּן אַ גרויסן דיסקוּסיע:ספר ציוישן די צוויי כִּיתּוֹת און איך האָבּ דאָרטן בּאַויזן וואונ­דער מיט מיין הריפות אוּן בַּקִיאות, און מער פאַר אלץ ­מיט לאָגיק.

און אין די סליחוֹתיטעג... אָט דאָס זענען געווען גליק­לעכץ טעג, בּאַגערטע טעג! וויפ? געפיל פון פאַרגעניגן אין בּאוואוּסטזיין פון זעלבּטווירױע! סאיז סוֹף זמן, הער עוֹל פון חדר איז געפאַלן, איך, אמת, פאַרבּרענג סיייווי"סיי נישט די צייט אין בּטלנען, איך לערן- איך בּין דאך עפּעס נישט גלייך צוּ זיי- אָבּער מיין לערנען איז נישט קיין מוּן­זאך, סאיז אַ נדבה.געשאַנק פון מיין זייט. איך טוּ דערמיט עפעס אָ חסך עמיצן. אין אויך ווים?ל צו לערנען הענגט אָפּ

53