פוּן מיין ווילן. און דאָס וועטער-- אַ וועטער פוּן סוֹף זומער אין אַ קליינע שטאָט. מיין מאַמע האָט געהאַט אַ קליין גערטל, וואס זי האָט בּאַאַרבּעט, אָנּער איך האָבּ נישט געהאַט קיין שוּם מגעדוּמשא מיט דעמדאזיקן גערט?; איך בִּין געזעסן אין קלויז, כהאָבּ מיך בּאַמיט צוּ לערנען. אהיים פלעג איך קומען נאר עסן אין שלאָפן. אוּן איידער איך פלעג זיך לייג, פלעג איך שטארק בעטן דעם טאַטן מיך אויפצווועקן צו סליחוֹת. די דאזיקע מצוה האט מיך געפאַנגען דערמיט, וואס אין מיר איז פאַראַן א בּאַרימען זיך?גב אנדערע אין אַ גוֹבריזיין דעם חוֹמר בּעתן אויפשטיין פאַרטאָג. אמת, מיין טאַטע פלעגט מיך אויפוועקן אויך אָן מיין בּעטן.
אַ בּאגינען-פייכטקייט איז נאך אױסגעשפּרײט אויף דער ערד אוּן דער שאָטן פוּן דער נאַכט, אַ מטושטשער און אַ בּלײַכער, שוועבּט נאך ארוּם אין דער טונקעלער ליכט, וואס איז אױסגעגאָסן אויף דער נאַטוּר. די שטילקייט ווערט איבּער. געריסן דורכן בּלעקען פון די קי, ווע?כע מע פירט ארויס אויף דער פּאַשע אוּן דורך דעם קרייען פון די הענער, וואס דאַוונען שחרית, די פענסטערללאָדן זענען פארמאַכט. סיי עוֹבדיה, סיי יעקב שלאָפן נאך, אוּן איך גי צוריק פין שוּ?; כ'האבּ שוין בּאַווֹיון אסך צו דאַונען אין אסך צי לערנען, מערער וי סִמוּז אַ יינגל פאַר ,בּר-מצוה". גרױסהאַלטן זיך, אמת, טאָר מען נישט, אָבֶּער... אין האַרצן שפּיר איך אַ שוואַכקײט, מיין קוֹל איז אָפּגעשװאַכט און דאס דאָזיטע טוּט מיר שטאַרק הנאה. איך גיי אריין אין שטובּ אוּן וועק אויף מיין שלאָפּנדיקע מאַמע:
- מאַמע, מאַמע, שטיי אויף! די בּהמה בּלעקעט; סאיז אַ צער בּעלי חיים... איך בִּין שוין געקומען פוּן ,סליהוֹת"!...
מיין מאַמע שטייט אויף און נעמט זיך בּאשעפטיקן מיט איר אַרבעט. איך זעץ זיך צום טיש און עפן די גמרא פונם קליינעם ש"ס, וואס ר' בּרוך עלין-השלום, האָט איבּער
54