אוּן אז איך פלעג אמאל טענהן מיט אומקלארע רייך, אז איך שרייב נישט צוליבּ אנדערע, פלעגט זיך די דיסקוסיע ענדיקן מיט אַ לייטישן פּאַטש,
מיין מאַמע האָט אין אלגעמיין געליטן פון דעם אויפפירן זיך פונם משוגענעם טאטן מיט איר זין, נאר זי האט נישט גץ. װאַגט ארױסצוזאָגן איר מיינונג, נאר בּיי סצענעס, לחלוטין אומגערעכטע מצד דעם טאַטן, פלעגט טרעפן, אז זי פלעגס זיך נישט איינהאלטן:
- אבּער זאג מיר, שלוֹם געצל, פארוואס האָסטוּ נאר מוֹרא פאר אנדערע? וואס גיען זיי דיך אָן! זאלן זיי די קעם װיי טאָן פאר זיי ער ע געשעפטן. סטאַכט נישט אויס. איך שעם מיך נישט מיט מיין זון פאר זײ, איך פאל פאר זי נישט אַראָפּ. זאל איך אזוי לעבּן, אַז דאָס הארץ טוט װיי. דו װייסט רק אים צו פּײניקן. נעכטן האט ער נישט אָפּנץ. װישט די נאָז װי געהעריק-- אוּן די שלאָגסט אים. היינ| שלאָגן אים יינגלעך שטיפערס-- רייסטו אים אָן בּיײי די אויערן. װיל ער נישט אמאל מיט דיר מיטגיין די דיינע ,גבירים"-וערסטו אין כּעס. אַ שרעקלעכער זינדיקער. הלואי, זאלן די קלענערע נישט זיין ערגער פוּן אים. ער איז דען גלייך צו אנדערע יינגלעך! ער האָט דען אײנמאָל פוּן אונן פאַרלאַנגט אַ נייעם בּגר אדער אַן אַנדער היטל, כאָטש ער גייט אַרוּם קרוּע-- בּלױע? אַ קינד, וואס שווייגט... אַ גוּט אוּן שטיל קינד. ער קען דאָך אפיל נישט צוּ זע ן דעם צער פון אַ קאַץ... אַ גרויסער וֶחטא- דאס יינגל שרייבט. איך האָבּ געוואוסט, אז מפלעגט זיין אין כּעס אויף קינדער, ווען זי וילן נישט שרייבן, און דא איז אַ פאַרקערטע וועלט. ניין, שלום געצל, דו ווייסט דאך, אז איך גּין נישט וי די אנדערע נאַרישע מאַמעס. איך האָבּ מיך פיינט אריינצומישן אין דיינע געשעפטן. ווארום וואס זאָג
איך דען! איך וויס, אַז דו בּיסט אַ טאַטע, אוּן דו שלאָגסט 56