געלאָזט בּירושה מיין טאַטן. איך לערן מענינא דיומא: ,ראש השנה", ,יומא", ,סוכּה", ,חגיגה",;מוֹעד קטן?. אבּער איך מיש בּלױז די בּלעטער. מיין גייסט שוועבּט אַרום אין וועלטן, וואס פליען אינדערלופטן. איך טראכט וועגן מיין לעבּן, וואס שטייט מיר פאָר אין דער ישיבה, ויעגן מיינע געפילן, וועגן דער יידישער אומה, וועגן די פאַרדאָרבּנקייטן פין די שטערבּלעכע, וועגן די סליחוֹת, אוּן אין האַרצן קומט אויף אַ פארלאַנג, איך זאל אויך מאַכן סלוחוֹת און חתמנען מיין נאָמען אין אנהויבּ פון די הרוּזים.
דער חשק צוּם שרייבּן האט זיך בּיי מיר אנטוויקלט אין די פריסטע יוּגנט-טעג. איך פלעג שטענדיק אַסך ,בּאשרייבּן" אלץ וואס ארום מיר, אלץ וואס קומט פאָר בּיי אונז אין שטוּבּ, אין חדר און אין קלױז-- די דריי הייזער, וואס איך האָבּ געקענט. איך פלעג אויך ליבּהאבּן צו מאַכן אַ קיצור פון מיינע לימוּדים, ,אויסצולייגן עס אין שריפט" און קלייבּן דערפוּן נחת אין ,יומאדדפגרא"ס. מיין מוֹח איז געווען פול מיט פארשיידענע פאַנטאַזיעס וועגן דעם גרויסן חיבּוּר, וואס איך וועל מחבּר זיין אויף גאַנץ ש"ס און אויף די פיר הלקים שוּלחן-ערוך- אויף דידאזיקע גרויסע מאַרמאָר-זײלן, וועלכע גרייכן מיט זײערע שפּיצן העט אין די הימלען אַריין. מיין בּוּך וועט הייסן ,דברי ירמיהו", אוּן איך האָבּ מִיך שוין מצער געווען, פארוואס איך בִּין נישט קיין כּהן, ווארום דאן וואלט איך נאך געקענט צוגעבּן ,מן הפהנים".
מיין פאטער האט איינגעפונען דאס דאזיקע שרייבן מיינס אלס ראוי צוּ ווייזן דער וועלט, כּדי מען זאָלן וויסן, אז זיין ירמיה איז אויך אַ בּע?-לשוֹן. אוּן ד אך פלעגט ער מיך נישט לאָזן שרייבּן אַ סך, ווי איך פלעג וועלן. לויט אים נאך, איז גענוג אנצושרייבּן איין גרויסע מליצה אויף צוֹ בּאווייזן אוּן נישט מער. מדארף נישט פּטרן דערויף קיין סך צייט
עט