אים וויי? דו ווילסט פוּן זיין טוֹבה וועגן... שלאג אים, לערן אים, זאָלן דיר די הענט נישט וויי טאָן... אֶבֹּעֵר.. אלע בּענטשן זיך דאָך מיט אים... אלע...
-- שווייג, בּהמה!- ענטפערטט דער טאַטע-- איך ווייס אויך פּוּנקט אזוי ווי דוּ, וואס לייט זאָגן אויף אים, אבער דערפאַר טאַקי, דארף איך אים שטראָפן מער פאר אנדערע.
בּין נאָר אין כּעס פארוואָס ער איז אַן עקשן. כהאָבּ אים נאָר ,מכבּד געווען? פאר אַזעלכע תּשוּבוּת, װי ,פאר מיר אליין שרייבּ איך*... דער גרוֹיסער מענטש! ער שרייבּט פאר זיך אליין... איך פארשטיי נישט: אויבּ נישט צו ווייזן- אויף וואס זשע איז דאס שרייבּן? אויף וואס דארף מען עס דיי דאזיקע נאַרישקײט! און עקשנען זיך וועל איך אים נישט לאָזן... איך בִּין אַ טאַטע!... איצט לערנט אים דער רב אָן געלט, אָבּער סאיז דאך געווען אַ צייט, ווען איך האָבּ מיך מוֹסר-נפש געווען צוּליבּ אים: מיין גאַנץ פערדינסט איז געי ווען זיבּעציק רוּבּ? אַ זמן, האָבּ איך פיפצן רובּל געצאָלט פאר אים פייוולען דעם מלמד!
-- א דאַנק דיר, מיין טייערער מאַן!- ווערט מיין מאַמע וויט-- אלע אונזערע פרייגט און ווער אונז גוטס גינט זאָלן געשטראָפּט ווערן מיט אַזא;הוצאה", רבּוֹנוֹ של עוֹלם! וואס איז דען אונזער לעבּן, שלום געצל, אויב נישט צוּ צאָלן שכר-לימוך פאר אונזערע עסן מעדנים, צי גיין אין ,טריאַטר"?
-- נישט דאָס זאָג איך!- ווערט מיין טאַטע אבּיס? ווייכער-גוּ, נאַרישקײיטן! גיב מיר, ירמיה, דיין מליצה וועגן חוֹדש אלול... -- וועגן חוֹדש אלול? אפשר וועט גיּט זיין דער שיר: .דער ייד אוּן דאס הייליקע לאַנד*?
- דער שיר?... נישט דיין עסק... איך זאָג, גיבּ, דארפסטו בּאַלד געבּן.. גיב דעם שיר אויד. אלימלר האַלט
1