Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
58
Einzelbild herunterladen

זיך פאר אַ בּעל-לשון און ער האָט צוּ טאָן, זאָגט ער, מיט רי ,גאַזעטן אויך, כע- כע, ואָל ער זען און זאל ער זאָגן-­אַ מיינוּנג,

איך נעם אַרױס אוּן גיבּ אים אַןשטיקל פּאַפֿיר, אנגעשריבּן פוּן בּיידע זייטן, וואס איך האָבּ אַרױסגער!סן פוּן דער גמרא. ער גלעט די בּאָרד, לייענט וועגן ,חוֹדש אלוּל, וואס קוּמט צוּ אונז אוּן טוּט אַ געשריי-- און הייסט אוגז תּשוּבה-טאָן, מיר זאָלן אין גאָטס אויגן געפינען חן", האָט הנאה אוּן דריקט אויס אומצוּפרידנהייט, הייסט מיך אויסמעקן עפּעס אַ תּלמוּדיש ווארט, וואס האט זיך אים געשטעלט וי אַ בּיין אין האלז, און גיט צוּם סוֹף אַזאָג, אַז איך בִּין ווערט פּאַטש אין בּאַק אַ חרפּה אוּן אַ שאַנד פאר מענטשן.