Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
59
Einzelbild herunterladen

1

ר חנןינתן האָט מיך געלערנט אומזיסט. אויסעף דעם שיעור מיט אַלֶע תּלמידים צוזאַמען, אַ סוּגיא גמרא מיט מִפְרשִׁים אוּן;פּוֹסקים", האט ער פאר מיר און פאר זיין זין, עוֹבדיהן, בּאַשטימט נאָך בּאַזױּנדערע שעהין אויף לערנען. איך פלעג נעכי טיקן בּיי אים אין שטובּ כּמעט אַ גאַיי וואך, און ווינטער פאַר* טאָג און זוּמער בּא:ינען פלעגן מיר זיך שטאַרקן וי די לייבּן און זיך נעמען צוּ גאָט, בּרוּך הוא'ס תּוֹרה.

איך בּין געווען זיינער אַ ליבּלינג. ער איז געווען זיכער, אז איך ווע? פון אים איבּערנעמען, וואס ער האט איבּערצוי געבּן, אמת. די ליבּע צי שארפקייט אוּן די פעאיקייט צוּ פּילפּול פעלן בּיי מיר, צוּ זיין בּאַדױערן, אָבּער אַנשטאַט דעם האָט ער אין מיר געפונען אַ טיפן ,פארשטאנד", אַ גלייכן שכל, און דער עיקר: אמתדיקייט און תּמימוּת. זיין בּאַצאָלט איז געווען מיין גוּטע ווירקונג אויף עובדיהן, פון וועלכן ער איז אין תּוֹך נישט געווען צופרידן, און נאר די פאָטער* ליבּע, וועלכע איז בי אים געווען אַ פּיסל מער, ווי ספּאַסט פאר זיין נאַטוּר, האָס פארדעקט אסך פונם זונס זיגר.

ר' חנן-נתן איז לויט זיין נאַטוּר געווען פוּן שמאי'ס תּלמידִים, אַ קפדן, אַ פאַנאטיקער אוּן אַ שווערער אין זיין בּאַ" ציאונג צו מענטשן. נאר צו דער תּוֹרה אוּן צו די, וואס האַלטן זיך בּיי איר, איז געווען אַ גרויסע ליבּע בּיי אים אין האַרצן, אַ שטאַרקע ליבּע, אַ פלאַמיקע! די שוֹנאים זיינע אין שטאָט פלעגען אים, אמת, צושרייבּן נישט קיין שיינע מידות: איינ" האַלטן פיינטשאַפט, ליבּהאָבּן יענעם מנצח צוּ זיין, אוּן מִפַלֶעגְט

פֵפּ