Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
61
Einzelbild herunterladen

ר' חנן-נתנס ווערטער ,לימיר התּורה* זענען נישט די" זעלבּע, וואס מענטשן זענען געוואוינט אוּנטער דעם צי פאַר­שטיין. דאס איז גאָר אַן אנדערער אוּן בּאַזוּנדערער ענין, זיין תּוֹרה" איז יענע, וועלכע איז געווען נאָך איידער די וועלט איז בּעשאַפן געוואָרן...

- ווען דיין טאַטע לערנט,--פלעגט די רבּיצן איינטענהן מיט עוֹבדיהן,- עקט זיך די וועלט!...

אוּן כאָטש אין דערדאזיקער שאַרפער כאַראַקטעריסטיק פלעגט אויך קלינגען אַ מין תּרעוּמות אויף די יסוּרים, וואס זי לײידט גאַנץ אָפט פוּן אָט דער טבע זיינער, אויף דעם, וואס ער איז דאַמאָלס נישט פעאיק צו טראַכטן וועגן אירע בּאַדערפענישן, וואס ער פאַרגעסט דאַן אָן אלץ, וואס סאיז רעכט, אז סגייט דאַן דוֹרך די שעה פון מיטאָג, פוּן נאַכטעסן אוּן ער גייט נישט ארויס פון זיין צימער און דאָס גאנצע הייזגעזינד ,גייט אויס פוּן הונגער* ווארטנדיק אויף אים-­פלעגן דאך דידאזיקע רייך אין אלגעמיין געזאָגט ווערן מיט אַסך שטאָלצקייט, אַ שטאָלצקײט, וועלכע פליסט ארויס פונם בּאַוואוּסטױײין, אז אונטער די פיס פון דעמדאזיקן מענטש, וואס בַּעת עו לערנט ,עקט זיך די ועלט", וועט זי זיין דאס פוסנבּענקעלע.

אָט איז אַ דאָנערשטיק בּינאַכט. אינאווענט. זיבּן אַ זייז גער. דעם רבס הויזגעזינד פארענדיקט דאס נאַכטעסן, וואס האט אנגעמאַכט אַזֹא גרויסע פּאַרע, אז איינער זעט נישט דעם אנדערן. דאס זופֿן די מילכיקע זי אוּן דאס קייען ס'בּרויט זענען פארגעקימען אונטער דער בּאַגלייטונג פוּן וידלען זיך מצדן גּאַלעבּאָס, וועלכער האלט עס פאר זיינס אַ פליכט אויפצוהייטערן דעם עוֹלם בּשעתן עסן, מיט אַ פּנים, וואס דריקט אויס עפּעס אַ מין גאוהדיקע עניוות: ,איר זעט, כאָטש איך בִּין ר' חנן-נתן, פיר איך מיך פוּנדעסטוועגן אויף מיט מיין הויזגעזינד וי אַ פשוטער מענטש; אָבּער אפילו איצ ט

61