Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
62
Einzelbild herunterladen

וועט דאָך קיינער קיין טעוּת נישט האָבּן צו מיינען, אז איך בּין נישט ר' חנןנתן". דאס זאָגן די אויגן זיינע, וועלכע ווערן פּלוּצלינג, אינמיטן ווידלען זיך, אויף אַ מינוּט עונסט כּמעט טרויעריק. די רבּיצן ק?אָגט זיך אויף דעם, וואס סזענען פאַראַן ווייניק קונים פוּן הייוון און פון ליכט, זייער מקוֹױ פוּן פּרנסה. דאַמאלס דערמאָנט דער רב מיט אַ ליצנות די וואס רודפן אים אָבּער ד אָ ס מאָל שוין נישט גוטמוּטיק: די ליצנוֹת איז צוּזאמענגעמישט פאַרבּײגײע:דיק מיט אַ שטאָק מהאט אפּגעגעסן כּמעט צוּ דער זעט און מהאט געבּענטשט מיט מזוּמן: דער רב, עוֹבדיה און עפּעס אַן ,אוֹרח", אַ ארימאן, וואס גייט איבּער די הייזער, וואס איז אריינגעקו­מען בּעטן אַ נדבה און איז פארבּעטן געווארן צוּם טיש מיט אַ תּנאי, וואס די בּאלעבּאסטע מאכט אָפּ, כואל קיין פאריבּל נישט האָבּן אַלעמאַי סאיז קיין פלייש נישטאָ. דער רב, אַ שטארק פריילעכער אבּער גלייכצייטיק מיט בּייזע אױיגן, פארי ענדיקט דאס בּעגטשן אוּן זינגט זיך אונטער ,בּאם"בּאַם' מיט אַן אויפגעלייגטקייט, אדער ער ווארפט ארויס אַזעלכע זאַצן, וי ,איצט איז שוין ריכטיק"; ,עט, וואס ויל דער ,חתם"­סוֹפר?*. אַ קוּרצע וויילע דערנאָך, בּלייבּט ער זיצן אוֹיפן אָרט אוּן שמועסט דברי-חולין, פרעגט עמיצן פוּן די תּלמידים, וועלכער לייענט בּעת-מעשה אַ העבּרעאישע צייטוּנג, וואס הערט זיך מכּוֹח פּאליטיק! ער לאַכט מיט אַ בּיטול-געלעכטעך הערג. דיק די מעשות פוּן די ,גאַזעטן", גיט זיך אַ זאָג, סתּם-אזוי, עפּעס אַ זידלווארט אויפן חשבוּן פֿוּן די ,חוֹב בי ציון", כאַפט זיך אויף מיט אַ פּלוצלינגן שפּרונג פונם אָרט, וי ער װאָלט פוּן זיך אָפּגעשטױבּט די וואָכעדיקייט, אין וועלכער ער איז געווען אריינגעטאן בּשעתן עסן, זאָגט אוּנן אֶן דורכגייענדיק, מיר זאלן נישט זיצן ליידיק און גייט אריין צוּ זיך אין צימער,

זיין צימער איז אַ קליינס, מיט איין פענסטער, אוּן איז

2