פוּל מיט ספרים: גראָבּע, דינע, לאנגע, קורצע ספרים, אייג. געבּוּנדענע אין כּל-מיני איינבּוּנדען. בּלוֹיז איין האלבּע וואנט איז פריי, אוֹיף איר הענגט אַ מאפע פון ארץ-ישראל און דערגעבּן אַ טיש, אַ שטול און אַ לאָמפּ
ר' חנןינתן שרייבּט אַ שאלות-תשובות צוּ איינעם פוּן די גדולי-הדור וועגן דער שוחטים-מחלוקת, װאָס איז אוֹיסגעבּראָכן אין שטאָט. ער װיל יענעם, דעם מאור הגדול, בּאװייזן, אַז אוֹיך אין נישט קיין גרויסע שטעטלעך זענען פאראַן לייטישע רבּנים. לא אלמן ישראל, סהאלט נאך נישט אוֹי שמאָל מיט ײדן, דאנקען גאט!
קודם כֹּל לייגט ער ארוֹיף אויפן טיש אַ בּארג מיט טאלות ותשובות". סהערט זיך אַ געמיש פוּן גרוֹיסע בּלעטער, ר' חון-נתנס נעץ איז איצט אוֹיסגעשפּרײט אוֹיפן ,חתם"סופר" אוּן אַ שאלות ותשובות פוּן ר' עקיבא אייגער אוּן דער ,אורים ותומים* און דער סמ"ע און נאך אַצען ספרים מיטאַמאָל. ער הוֹיבּט אוֹיף זיין רעכטן מוס און שטעלט אים ארוֹיף אוֹיפן שטול-- און זיין גאנצער גוף איז אָנגעשפּארט אוֹיפן טיש. די עקן פון זיין קאפּאָטע פארלייגן זיך אוֹיף אַ הינטער און צעטראגן זיך אין די זייטען. דערנאך גיט ער אַ רייבּ מיט זיינע דינע פינגער, וועלכע זענען בּײ די שפּיצן פארגעלט פין שמעק-טאבּאק, איבּער די טיפע קנייטשן פוּן שטערן און ער הוֹיבּט אן צופן די האר פון זיין קורץ און שפּיציק בּערד?, ער נעמט זי אריין אין מוי? אריין אוּן קייט זײ מיט די ציין. זיין פּנים טוט זיך אוֹיס פוּן גשמיות. ו' חנן נתן לערנט.
ער איז אַ הוֹיכער, אַ דארער, ר/האט אַ קרומע נאז, די געזיכט-שטריכען זענען דינע און בּייזע, זי פארמאגן נישט, נישט די סעמיטישע ,פּאטריארכאַלישקייט" אוּן אויך נישט די גארישע צביעותדיקייט, וואס די שוו:רצלעך-בּלייכע פּנימער, מיט שווארצע בַּערד, ווי סהאכן דאס רוב אונזערע רעליגיעי העלדן.
3