שטייסְטו! און;תּנור של עלנאי" איז עפּעס אַ פֿשוטע זאַך! ;דער בּאָקסערבַּױים איז אַװעקגעגאַנגען פון זיין אָרט"... װאָס1ֹ דאָס זענען מאַמרי חז"ל}
= אַוודאי, ,מאַמרי חז"ל"... איז עס רעלפֿט לױט די, וועלכע זאָגן, אַז די מאַמרים דאַרף מען נישט טייטשן פּשוט; אָבּער פרעג דעם רובֿ פון אונזערע גדולים, װעלן זיי דיר זאָגן, אַז װער עס גלויבּט נישט אין די אַלע זאַכֿן פּשוט, אַזױי וי זי זענען געשריבן-- יענער איז בּכלל אַ כּופר אין די ריד פון די חז"ל,
-- הערסטו, חכם!.. אָט דאָס איז דזאָך די מעלה פון אונזער תּורה, װאָס זי איז וי ,אַ האַמער, װאָס צעשפּאַלט אַ פעלז", יעדערער געפינט אין איר, װאָס ער ויל. װאָס דאַרפן מיר ווייט זופֿן? אָט האָסטו ערשט פאַרענטפערט דעם ,פּני יהושעס" אַ פּילפּול, אויף דער סוגיא,, אויסווייזנדיק, אַז זיין קשיא פון ר' אליעזרן אויף ר' אליעזרן איז גאָר קיין קשיא נישט, װייל דאָס האָט געזאָגט ר' אליעזר און דאָס אַנדערע-רי אליעזר... איז װאָס, מיינסטו, אַז דעם ,פּני יהושעס" פּילִפּול...
= אִיז נישט איבּערגעגעבּן געװאָרן אויפן בּאַרג סיני?...
-- פּונקט וי יעדע זאַך, װאָס אַ תּלמיד ותיק װעט מחדש זיין!.. פרד"ס...
- און ,וי להון 7בניינשי, דחזין לבושא ולא חוין נשמתא"-- װײי איז צו די מענטשן, װאָס זעען דעם לבוש און זעען נישט די נשמה--... אָבֶּער װער איז געווען דער מחבּר פון ,זוהר" לויט דיין מיינונג?
-- פאַרװאָס טאַקי נישט ר' שמעוֹן בֵּן יוחאי?
-- און ר' שמעון בֹּן יוחאי דערמאָנט רב המנונאן? און ר' שמעון בֵּן יוחאי זאָגט: ,האָט אָנגעהױבּן ר' שמעון בֵּן יוחאי"? און ר' שמעון בֵּן יוחאי, װאָס אין תּלמוד, איז אויך אַזאַ בע?-נסתרות?
-- דאָס איז קיין קשיא נישט! צוליב אַזעלכֿע טענות װעל איך נישט פאַרלאָון דאָס, װאָס איך האָבּ איבּערגענומען פון מיינע עלטערן. און װאָס ועסטו זאָגן דערצו ואָס אין
80