Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
100
Einzelbild herunterladen

אָבער איך פארפילאָזאָפיר מיך פאַרבּײגײענדיק- גע. נוּג:- מיט װאָס האָבּ איך אָנגעהױיבן 1 יאָ, דערמיט, וואס איך בּין אומגליקלעך!..

אן אוּמגליקלעכער. אלץ פארשאפט מיר ווייטיק און איץ איז מיר שווער. ס'איז מיר שווער אפילו צוּ אנטרינען פוּנס פאלש אוּן פונם אויספיינען זיך. מיין אויספיינען זיך נעמט אָן אַן אייגנארטיקע פאַרם און עס פאַרקערפּערט זיך אויף א קאָ: מישן אוּן משוּנהדיקן אוֹפן-­

ווען איך רעד מיט עמיצן אָדעױ איך קָום ערגעץ אין אַ ניי אָרט-- זע איך אויס דאַן מיט אלע מיינע רייד אוּן בּאוועגונגען, אוּן אפילן מיטן ריר פוּן מיינע ליפן און מיטן קלאנג פוּן מיין שטימע, װי איינער, וואס זאָגט: ,קוקט נישט אויף דעם, וואס איך בִּין אזוי און אזוי... בּעסער, זאלסט ענדערן דיין מַיינוּנג וועגן מיר"..,

אוּן דאס איז אַ רעזוּלטאַט פוּן מיין פארגאנגענהייט, 8 פּראָדוקט פון מיין תּמידיקן געפינען זיך אין אַ אומנאָרמאַלער לאַגע, צווישן פרעמדע מענטשן, אָפּהענגיק פון אַנדערע, געבּעכדיק און לחלוּטין נישט אָנגעזען...

תּמיד... יאָ אין אַ אוּמנאָרמאַלער לאַגע האבּ איך זיך געפוּנען נישט בּלױן אין די צייטן פון מיין זיצן אין קלויז, נאר, און זיכער נאך אין אַ סך אַ גרעסערער מאָס, אויך אין דער תּקוּפה פון ,מיין אַרױסגײין אויף דער בּרייטער וועלט", ווען מיין אויסערלעכע טאָלעכץ-- מיין בּאַשיצער האבּ איך נאך אויך נישט געהאַט...

נישט קיין געפילן פון אַ זיגערישן העלד זענען געווען מיינע געפילן, בּעת איך האב מיך אומגעקערט פון דעױדאזיקער האַרץ-מלחמה מיינער, וועלכע האט געדויערט עטלעכע יאר. איך האבּ מיר אויסגעזען אין מייגע אויגן שפלדיקער פון אלע מענטשן, וואס אויף דער ערד, איך פלעג אַראפּלאזן די אויגן און פלעג דערשפּירן אַ הארצקלעמעניש, ווען עמיצער פלעגט מיך בּאַטראכטן. כ'האבּ, אמת, געוואוסט, אז איך פאַר. מאג גוּטע פעאיקייטן. אבּער וואס בִּין איך! אַן אַבּסאלוטער

100