Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
101
Einzelbild herunterladen

גייכטיקער ארימאַן. פונם גאַנצן פאַרמעגן, וואס איך הא3ּ צוי נויפגעקליבן פון מיין קינדהייט מיט אַסך מי און מאַטערניש, איז גארנישט פאַרבּליבּן. וי אַ קינד, וואס איז ערשט געבּוירן געווארן, בין איך בַּיי מיין אכצנטן לעבּנסיאר!

מיט אויסטערלישע אויגן האבּ איך געקיקט אויף יעדערן, וואס האט געהאט וויסן. אַ מאדנע בּאַציאוּנג איז געווען בּיי מיר צו יעדן געלערנטן, צוּ יעדן מעפּיל. וואס בִּין איך אַנטי קעגן איםז איך, וואס איך קען נישט לייענען רוּסיש!

אבּער מיינע געפילן זענען קיינמאל נישט געווען פון איין קאָליר: צוּזאַמען מיט דער אנערקענונג פוּן מיין שפ? דיקייט און מיין נישטיקייט, צוּזאַמען מיט דעם טיפן און איגנאַרטיקן טרויער, וואס האט אין מיר דאַן אַ נעסט געי פּוּנען, האבּן מיינע אויגן געקוקט אין דער צוקונפט אַריין, האבּ איך געפילט אין מיר כּוֹח און קראַפּט זי צוּ דעראָבּערן. זיך פלעג מיך אויך זייער פרייען אויף די רעליניעזע קייטן, וועלכע זענען פוּן מיין גייסט אַראפגענומען געוואָרן, אויף דער פרייהייט און אימגעצוימטקייט, וואס איך האבּ איצט געי האט, אויפן יאָך, פוּן וועלכן איך גּין פּטור געוואָרן. צו פֿירן זיך אַבּסאלוט פריי, נישט צו גלויבּן אין נאַרישקייטן,-- דאס איז פאַר מיר געווען אַ רעליגיע- אַ פּאזיטיווע און אנגענעמע גלייכצייטיק. די פּוסטקייט, וואס עס האט נאך זיך איבּערגעי לאזט אין האַרצן די אפּלייקענינג, האט זיך נאך דאַמאלס נישט געהאַט אַנטפּלעקט אין אירע אלע שרעקלעכקייטן. די גאַנצע גרויליכקייט פון אַ לעבּן אָן אַ גאט הא איך נאך דאַמאלס נישט געשפּירט, און אפילו דאס אָרט, וואס איז בּיי מיר פּוסט געווארן און האט זיך צוזאַמענגעקוועטשט פון ווייטיק, האט געגאַרט צו דעם נייעם, עס זאל אנקומען און עס אויספילן..

אינם שינױי, וואס איז פאגעקומען אין מיין לעבּן, אין מיין איינזאַמקײט, אין מיין האַלבּ-הוּנגערן האב איך געעפּירט עפּעס אַ נשמה-שטרעבּן, עפּעס אַ דערנענטערן זיך צום אידעאַל, עפּעס אַ דערהויבּענע פּאָעזיע. און אז איך פלעג רעדן מיט

101