טורגעניעווס ראָמאַן ,עלטערן און קינדער" אין אָריגינאַל{ אָבּער, ערשט(ס, האבּ איך דאָרט קיין סך נישט פאַרשטאַנען, וואס עס האט מיר נישט געשטערט צוּ רעדן װעגן אים צווישן דידאָזיקע חברים, און צווייטנס, פלעג איך אַרוֹיסואָגן דעם נאָמען טורגעניעון אַליין מיט אַ מין מאָדנע ,יידישער* אַקצעני טירוױנג, אז די הערער פלעגן זיך נישט קענען איינהאַלטן פוּן געלעכטער. און שוין אָפּגערעדט דערפון, אז די איבּעריקע ריד פוּן מיינע חברים: שאַרפע אַריטמעטישע אויפגאַבּן, שווערע ,בּרוּכצאָלן", אויסגעצייכנטע כּללים פון דער גראַמאַי טיק, אַ בּקיאות אין גצאָגראַפיע אין לאַטײנישע װערטער דאָס אַלֹץ איז פאר מיר געווען װי אַ פאַרזיגלט בּוּךְ. סאיז געי ווען, סאיז געווען ואס מקנא צו זיין!..
דידאָזיקע גליקלעכע האָכּן אויך געהאט עטלעכע לעקציעס, אַ פארדינסט פוּן אַ פיר-פינף רוּבּ? אַ חוֹדש, בֹּעַת בּיײי מיר איז שוין גאָרנישט געבּליבּן אַחוּץ מיינע עטלעכע גילדן, אוּן עובדיהס פראַגע, וואס ער האט מיך געפרעגט, וװען
מיר זענען נאָך געוען און אונוער געבוּרטשטאָט, איז געי שטאַנען אויף דער טאָג-אָרדנוּנג.
אין װייס נישט, װי װאָלטן געװען די געפילן פוּן אַואָמאַנטישן העלד אין אַזא לאַגע,- איך בִּין מיד געװאָרן, אז סזענען אַדוּרך עטלעכע חדשים נישטידערעסנדיק און נישט:-דערשלאָפנדיק...
נישט ואס איך האבּ חױטה געהאַט אויף צפּעס-- דאס איז געווען אוממעגלעך לויט דער נאַטוּר פוּן די געשעענישן ג נאָר איך האבּ פאַרלױירן מיין אַנטשלאָסנקײט. די צייט גייט פאַרבּײ. קיין לערער האָבּ איך נישט. אין מיין זעלבּסטלערי נען זע איך נישט קיין דערפאָלג. כ'בּיו הילפלאז, פוּנװאַנען זשע װעט קוּמען מיין הילף?
ס איז מיר געווען בּיטער.
אוּן מיין פאָטער האט נישט אויפגעהערט צו פאַרפּיטערן מיין לעבּן מ'יט זיינע בּריו. פאַרװאָס בִּין איך אַזוֹי גיך אַװעק.
13