Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
104
Einzelbild herunterladen

געפאָרן פונדערהיים! בּאַלד נאָך מיין אָפּפאָרן, חוֹל-המוֹעד, האט ער בּאַקוּמען אַ בּריוו פוּן איינעם פון זיינע גוִּטע פריינט, אַ מלמד אַ שדכן פון ק"ק ס. אוּן יענער בּריו, װעלכער איז געשריבּן מיט אַ שינױ, מיט קרוּמע אוֹיתיות פון אויבּן; -קרן תּולדה דרגל*(דאס הייסט: ,קרן", וואס דער בּריון איז אָנגעהױיבּן פון ווינק? פּאַפּיר, איז צוליבּן ,רגל", צוּלִיבּן יוֹם. טוב), איז געלעגן אינם קאָנװערט פוּן מיין טאַטנס, זאָל לעבּן, בּריוו, די מיר צוּ שטעכן די אוֹיגן". ­

אוּן דאס שטייט אין יענעם בּריוו;

;נאָכדעם, װי איך פרעג מיך נאָן אויף דיין טיישר! גֶעזוּנט, װי ספּאַסט פֿאַר גוּטע פריינט, קוּם איך מיטן דאָזיק! שרייבּן, היוֹת װי איך האָבּ געטוּן טאָן הערן אוּן מיינע אינפ. ווייניקייטן האָבּן זיך נעפרייט צוּם טייערן נאָמען, װי טייערער בּוֹימעל פון דיין זוּן, דעם בּכוֹר, דעם מופלג אוּן דעם חריף מהורײַך ירמיה, זיין ליכט זאָל העל שיינען, אז זיין נשמה גלוסט צוּ תּוֹרה אוּן אז ער װאָגלט אין די ערטער פוּן די אויסגעצייכנטע טוֹיערן צים לערנען, האָבּ איך געזאָגט, זאל ער זיין געבּענטשט אוּן געבּענטשט, זאָל אים גאָט געבן כּוֹח, אוּן איך האָבּ טאַקי געזאָגט צוּ מיין האַרץ, ס'איז נישט גוּט פאַר אַ מענטש צוּ זיין אַלײן, תּלמידי-הכמים דאַרפּן שטאַרקוּנג, אוּן ס'איז בּאַקאַנט דער נאָמען פונם בּאַרימטן גכיר דעם האַר מוֹרנו ר' פּינחס, זאָל לאַנג לעבּן, אוּן זיין פאַמיליע.נאָמען האַנדעלשטיין איז בּאַװאוֹסט אין איונזער מחנה, אַ גרויסער ייחכן און ממפורסם אין עשירות, תּוֹרה אוּן גדולה צוּזאַמען, אוּן ער האט אַ בּת:יחידה אַ געלויבּטע מיט אַלֶע מעלות, ואס אוּנזערע חכמים האָבּן אויסגערעכנט, אַ שיין געשטאַלט און אַשין אויסזען א. א. װ. אוּן זי איז אַלט בּי זיבּעצן, װי ס'טרעפט אָן דאס װאָרט טוֹ"ב, אוּן לויט דער עצה פונם רבּין װיל מען זי חתונה-מאַכן, האָבּ איך דעריבער צו מיר געזאָגט, אוֹיבּ בּײ גאָט איז רעכטפאַרטיק די זאַך א. א. ו, אוּן דיר איז דאָך אָפן אוּן בּאַװאוּסט, אַז נישט קיין שרכן

14