Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
109
Einzelbild herunterladen

דאס װאָרט ,שמאטע" אָן אַ שיעוּר. איך ווייס דאָך, או דער­פוּן הענגט אָפּ מיין גאַנץ לעפן, אז איך בִּין װערט טוֹיטי שטראָף פאר דער צייט, װאָס גייט דורך אומזיסט צוּליבּ מיין שוּלד, אז אין דאַרף טאָן וי קליינשטיין אין זיינסגלייכן האָבּן געטאָן, זײ זענען העלדן אין מיינע אוֹיגן- און איך קען עס נישט! מיין פאַנטאזיע שטעלט מיר פאָר וי לעבּעדיק די גאַנצע סצענע: זי גייען אַרױס קאָמפּאַניעס, קאָמפּאַניעסי ווייז, די בּיכער-אוּן העפטן:רענצלעך אויף די פּלײצעס, זײ שמיעסן צווישן זיך, זי לאַכן, אַלץ איז אין אָרדנוּנג, שיין, פריילעך, און איך- וי אַ ווערימ? זע איך אויס פּײַ זײ, וי אַ ווערימל אוּן נישט וי קיין מענטש, קריכנדיק, לעכערלעך, נעבּעכדיק, דערשלאָגן... איך ווער צעמישט און גײ צוּ צו אַ רוסישן... מ'קען דאָך נישט אוּנטערשיידן צווישן זײי, ווצר פוּן זי עס איז אַ יד... ער וועט נישט פאַרשטײין וואס, איך וויל... אַ וודאי, ווען איך װאָלט געווען אַ מענטש- װאָלט איך זי געקענט דערציילן אַלץ וי ס'דאַרף צו זיין... אז איך האַפּ מיין גאַנץ לעבּן פאַרבּראכט אין קלוֹיז, אז איך בִּין געווען אַ תּלמוּדיסט... מ'דאַרף דאָך זי קיין סך נישט דערציילן... זי זענען דאָך גימנאַזיסטן... צי דען וועלן זי מיך נישט פאַרי שטיין? אַ, ווען איך קען רעדן רוסיש, לכל הפחוֹת אַזוֹי װי קליינשטיין, לִכֹּל הפּחות אֲזוֹי וי ער... אָבּער אפילו איצט... פאַרוואָס גי איך נישט? אוֹי, װאָס האָבּ איך מוֹרא? זי וועלן דאָך מיך נישט אוֹיפעסן... אוֹי. שמאַטע, שמאַטע, שמאַטע!

און איך בּאַשליס, אז ס'איז בּעסער, איך זאָל אַריני גיין צוּ עמיצן פון זיי אַהים. דאָרטן, פאר אַלעמען אין די אוֹיגן- וועלן אַלע פוּן מיר חוֹזק מאַכן, און דאָ, אוֹיבּ מ'וועט מיך אַרוֹיסטרײבּן-- ווע? איך אַליין צוזען מיין חרפה. אָבּער, בּכלל, װאָס אַרט מיך, אז מ'וועט פּוּן מיך לאַכן, אוֹיבּ דוּרְכִי דעם וועל איך דערגרייכן מיין ציל?! אמת, דאָרטן, אין גאַס, אפשר וואָלט זיך געפוּנען איינער אַ פרייוויליקער... ניין, פונדעסטוועגן, בּעסער איז אַריינצוּגײן צו עמיצן פוּן זי אַ היים...

109