אָבּער צוּ ו עמען אַרײנגײן און וויאַזוֹי אַרײנגײן? ווען איך װאָלט, 7כל הפּחות, געהאט עפעס אַ רעקאָמענדאַציע,
ענדלעך האָבּ איך בּאַקוּמען אַ רעקאָמענדאַציע. אוּן נאָכ. דעם, וי סזענען אַדוּרך עטלעכע חדשים, נאָך אַ תּקוּמה פון אַרײנקוּמען אוּן ארוֹיסגיין אין הייזער, וואוּ שילער פוּן גימ. נאַזיע אָדער פּריוואַטע לערערס וואוֹינען דאָרט, נאָך אן אָנ. זעטיקן זיך מיט שאַנד פֿוּן אַרוֹיסגעטריבּן ווערן פוּן קיך, פוּן אַ שפּיליען די קנעפּ און אַ לייכט הוסטל פאַר די מיניטן פוּן אָנזאָג, נאך די געפילן פון גליק בּיים בּאַקומען אַ גוּטן צוּזאָג און מינוטן פוּן אַנטוֹישוּנג בי זייער אָפּזאָג, סוֹף-כּל.-סוֹף, נאך די אוּנטערטעניקייטן, װאַרטענישן, צוזאָגן און אָפּואָגן, נאָכן שטילן אוּן שעמעודיקן געראַנגל מיט די משרתים פוּן די הייזער, נאן דער מסירת-נפשדיקער העזה אַרײנצוּקוּמען איג ווייניק אין שטובּ אַרײן אוּן די אַלע אָנצאָליקע פארשיידענע מינוּטן, װען טוֹיזנטער פּיאַװקעס זוֹיגן דאס בּלוּט,- נאכדעם אַלעם בּין איך אוֹיך געװאוֹיר געװאָרן דעם װערט פון דעמ. דאָזיקן לערנען זיך: איך האָגּ שׁוֹין געהאַט עטלעכע לערערס איינער נאָכן אַנדערן, אוּן אַלצ פלעגן מיט מיר אָנהוֹיבּן פון אֶנהוֹיבּ, אוּן אַלֹע פלעגן זיך צוּ מיר בּאַציען אויף איין שטיי. גער אוּן אַלע פלעגן צו מיר רעדן מיט אַ געוויסן טאָן-אוּן אַלע פלעגן מיר אוֹיפווייזן, אז ס'איז אוּמזיסט מיין מאָ: טערגיש, אז דערדאָזיקער וועג װעט מיך קיינמאָל נישט פירן צוּם ציל..,
אָט קוּם איך צוּ מיין לערער אין שטוּבּ. עףױ לערנט מיךן דריי מאָל אין װאָך, גאר איין מאָל- זענען פּוּנקט דאָ געסט בּײ זיינע עלטערן, אַ צווייט מאָל- געפינען זיך די חברים זיינע בּיי אים אין צימער, אַמאָל אוֹיך עפּעס אַ מיידל, און איך האַלט מיר פאַר אַ גליק זיך בּאַלד אומצוקערן אוּן נישט צוּ װײיון זיך פאר זײ: אַן אַנדערש מאָל איז דאס וועטער זייער גוּט- גייט ער אַװעק גליטשן זיך אוֹיפן אייז אָדער שפּװַצירן אוּן ער הייסט מיך קוּמען אין אן אַנדער צייט. נאָר אָט האבּ איך אים געטראָפן אינדערהיים, דאַרף ער
10