אָדער פאַרענדיקן זיין מאָלצייט אָדער טרינקען טיי, הייסט ער מיך אַױיינגײן לעת עתּה צי אים אין צימער. איך הוֹיבּ אָן אַ צווייט מאָל אָפצוּרייבּן מיינע שיך. דאס ערשטע מאָל איז דאס רייבּן פאָרגעקומען אונטער דער אוֹיפּזיכט פוּן דער דינסט, וואס גיט אַכטוּנג אויף דער אָרדנוּנג, און איצט רייבּ איך שוֹין פוּן אייגענער אָנרעגוּנג, אַן אָנרעגונג, וועלכע פליסט אַרוֹים פוּנם יוֹשר-געפיל, וואס אין מיר. נאָכן רײבּן היסט איך, כ'גיי אַריין אין ליידיקן צימער אוּן זעץ זיך אַװועק אוֹיף איינעם פֿוּן די געפּוּצטע שטוּלן מיט דער בּאַװעגונג פוּן אַ מענטש, וואס ציטערט יעדע מינוּט, טאָמעף װעט זיך עפּעס צעבּרעכן. אין האַרצן דאָבּ איך אַ געפיל, וִוֹי איינער ואס מ'האט אים פאַרמשפּט שמייסן, און דער טערמין פוּן שמייסן איז אָפּגעלײגט געוואָרן אוֹיף נאָך אַ טאָג. עס גייען פארבּיי מינוּטן אין אוּמאַנגענעמלעכקייט. טראַכטן בִּין איך נישט פעאיק, אוּן בּלוֹיו שטיקלעך טראַכטוּנגען וואַרפן זיך אַרוּם אין מיר, און זי דרייען זיך אַרוּם דעם בּוּך, װאָס איך האבּ יענעם גאַנצן טאָג געלייענט. ווארוּם, היוֹת וי מיין לעקציע איז גרייט נאָך פוּן דינסטיק אָן, האָבּ איך שוֹין מער נישט געי האט וואס צוּ טאָן מיט איר און איך האָבּ אַ גאנצן טאָג געי לייענט, נישט קענענדיק גוֹבר זיין מיין תּאַווה, טראָץ דער שטימע, וואס האט מיר די גאַנצע צייט אוּנטערגעואָגט, אז כ'דאַרף נאָכאַמאָל דורכקוקן מיינע לימוּדים אוּן זײ איבּער. חזרן. דער גאַנצער גאַנג פוּן מיינע געדאַנקען און דער געי לוֹיף פוּן דידאָזיקע גלוסטוּנגען מיינע גייען פאַר מיר דורך, ווען איך זיץ אוֹיפן שטו? בּיי מיין לערער אין צימער, אוּן איך זע אוֹיס אין מיינע אוֹיגן, וי אַ גרוֹיזאַמער פארבּרעכער, אַ חרפּה אוּן אַ שאנד. ער לערנט מיך אומזיסט... יאָ, מ'דארף נאָכאמאָל איבּערחזרן די געאָגראפיע; 7כל הפחות, די פאתי שאָלטענע געאָגראַפיע....וואס איז דאס! צי דען דארף איך מיך צווינגען דערצוּ? איך האָבּ עס דאָך געדארפט אליין וועלן. איך בִּין דאָך נישט קיין קינד, וואס לערנט זיך מיט גװאַלט... אמת, דאס דאָזיקע לערנען איז נישט לוֹיט מיינע 11
Druckschrift
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
111
Einzelbild herunterladen
verfügbare Breiten