Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
112
Einzelbild herunterladen

יאָרן נאָך, אָבּער וי ס'זאָל נישט זיין, האָבּ איך געדאַרפט איצט לערנען מיט התמדה, אוֹיבּ כ'האבּ נישט געלערנט בּיז איך בין אוֹיסגעװאַקסן. איך הוֹיב אָן צו חזרן אוֹיף אוֹיסנ. ווײיניק די נעמען פוּ די שטעט, פוּן די ימען אין טייכן- און סיגּלייבּט מיר נישט אין מוֹח אפילוּ איין זאַץ. דאס פריילעכע געלעכטער, וואס פאַרקײיקלט זיך אַהער פוּן די אינווייניקסטע צימערן, רעגט מיך זייער אוֹיף. די מינוטן ציען זיך אַוֹיס. עס נעמט מיך אַרוּם די לאַנגװײליקייט. איך הוֹיבּ אָן זיך אוֹיפהוֹיבּן און צוּריק זיך אוועקזעצן אוֹיף מיין אָרט. ס'גייט דורך אַ שעה אוּן מיין לערער איז נישטאָ. איין מינוּט זיץ איך גאָר אָן בּאוועגונג, אין אַ וילע ארום הוֹיבּ איך זיך אָן צו שאָקלען- און דאס לעבּן איז מיר נישט ניחא-- צוּלִיבּ דער לעקציע פוּן געאָגראפיע. צומלעצט וועקט מיך אויף אַ דינעו קאפּריזנער קוֹל;

-- אנטשוּלדיקט!.. כ'האבּ א בּיסל פארשפּעטיקט... אפשר האט איר איצט קיין צייט נישט?

-- געוויס... כ'מיין צוּ זאָגן; ניין... ס'מאכט נישט... ס'איו...

איך האק מיך אליין איבער אוּן דערקען מיין נאריש. קייט. ער דארף מיין אנטשולדיקונג!

- נוּ--ס-ס---- הויבּט ער אָן.

דאס האַרץ פאַלט מיר איין,

- די לעקציע איז גוט צוּגעגרייט?

-יאָ.. דאכט זיך... ס'איז דען מעגלעך, אז נישט?!..

- גוּט... נוּ--ס.. אוֹיבּ אזוֹי, זייט אזוֹי גוט און זאָגט מיר... דרייט מיין לערער די װאָנסע, ואס װאַקסט אים אין זיין פאַנטאזיע, אוּן מאַכט נאך מיט דער שטימע עפּעס אַ לע. רער פוּן גריכיש בּיי אים אין גימנאַזיע.

- ואלאדיא!-- עפנט זיך די יטיר אוּן ס'ישטעקט זיך אַרײן אַ קאָפּ פון אײַנעם פוּן די שטובּיקע-- איך פאָח היינט אין אוּנזער גוּט איז גאזלינקע. האָסט נישט קיין חשק מיט. צוּפאָרן 1

112