-- מיט גרויס פארגעניגן ן תֵּיכֵּף!
איך לאָז אראָפּ די אוֹיגן אין צאַמי זיך, מיין פּנים זאל נישט אויסדריקן קיין פאַרדרוּס. ער איז דאך נישט מיין געדינגענער מענטש. אוּן ער פרעגט גיך פארשיידענע פראגן אוּן האלט גארנישט פאר זיין פליכט צוּ פאַרבּאָרגן דאס געי פיל פּוּנם איבּעריקן יאָך, וואס דאס לערנען מיט מיר איז פאר אים אין דעם מאָמענט. אמת, די רעקאָמענדאציע, וואס איך האבּ געגראכט איז געוען פוּן עפּעס אַ נאַטאַליא װאַסיליעװנא{ איר אָפּזאגן איז געווען אוממעגלעך, אבּער צו זיצן אַ האלבּע שעה מיט אַ מיאוסן ישיבה:בּחור, ואס שטאַמלט אין זיין שפּראַך, איז אוֹיך נישט זייער אנגענעם. איך טראכט װעגן דעם אוּן דערמאָן זיך, אַז דאס לערנציך האב איך שוֹין נישט אָנגעקוּקט אַטאג דריי,. מיין לערער קלאַפּט מיט די פמינגער אוֹיף זיין אוֹיבּערשטער ליפ אוּן שווייגט, סיהייסט י+ ס'איז נישט ויכטיק...
- איך ווייס... איך פארשטיי.. נאר מיין שפּראַך... מיין אוֹיסשפּראַך... איך האבּ געקריגן אַ גוּט בּוּך... ,פארבּרעכן און שטואף" דאָסטאיעווסקיס.
מיין לערער גיט אוֹיף מיך פון אוֹיבּן אַראָפּ אַ קוק פול מיט ערנסטקייט און בּאַפּעלערישקייט:
-- מ'דארף נישט אָנהוֹיבּן פילאָזאפירן פריצייטיק. איצט דארפט איר לערנען אוּן נישט לייענען. לערנען- איר פארי שטייט? לערנען מיט- אַ סך אָנשטרענגונג, חזרן אוּן חזרן נישט מיך ווערנדיק. נוּ, אָט דאס איבּערחזרן און קוּמען מאָרגן,
איך בִּין אַ צעבּראָכענער אויף פּיצלעך. ער איז דאך גערעכט, זיער גערעכט. איך ווייס דאך אפילוּ נישט די עלט. מענטארע לימוּדים: כ'קען נישט רעדן; די גרייזן בּיים שריבּן זענען אָן אַ צאָל. אַ צען-יעריקער יינגל ווייס מער פאר מיר, אָבער פארװאָס איז ער אזוֹי זיכער, אז איך פאַרשטײ נישט דאסטאָיעוווסקיס דאס איו ער דאָך מן הסתּם אוֹיסן געווען. אַ וודאי, ווען איך וואלט מער פאַרשטאנען די
13