Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
114
Einzelbild herunterladen

רוּסישע שפּראך, וואָלט איך אויך מער פאַרשטאנען די טיפי קייט פוּן די געדאנקען. אָבּער פונדעסטוועגן אוֹיך איצט... ווי ס'זאל נישט זיין, איצט איז מיר פארבּאָטן צו לײענען, איך וועל אַ גאנצן טאָג חזרן...

דעם לעצטן לערער מיינעם, וועלכער איז גצעווען בּעסער פוּן זיינע חברים, האָבּ איך אַליין פארלאָזט, און צוּזאמען מיט אים- דאס גאַנצע לערנען זיך, איינמאָל בִּין איך גע. קוּמען צוּ אים אין דער בּאַשטימטער שעה, ווען ס'האט גע. דארפט פארקוּמען אונזער לעקציע, אוּן ער איז על פּי צופאל נישט געווען אינדערהײַם. איך האָבּ גערעכנט צוצוּוואַרטן בּיי אים אין צימער, אזוֹי וי ער האט מיך געהייסן טאָן, אוֹיבּ כ'וועל אים נישט טרעפן אינדערהיים. אָבּער די מאַמע זיינע, אַ יענטע, אַ יידישע יענטע, אן איינגעפרעסטע אין קאָרסעט אוּן אָנגעטאָן אין אַהוּט, וועלכע פלעגט זיך שטענדיק בּרוֹגון, הלמאַי איר זוּן האט אַ מגעימשא מיט די דלפנים, האט מיט אַ האנט-בּאוועגונג פּארצוֹימט פאר מיר דעם וועג, אוּן נישט אַ קוק געבּנדיק אויף מיר, האט זי אַ זאָג געטאָן, אז אברהם איז אַװעקגעגאנגען אוּן ער וועט נישט צוריקקומען בִּיז שפּעט אין דער נאַכט.

- ער האָט געהייסן װאַרטן...-- האבּ איך געפּריבט מיך אנטקעגנשטעלן.

-- מאַרינא, פאַרשליס אלבּערטס צימער!--האט די ,מאַָ. דאַם" בַּאפוֹילן דער דינסט.

פון דאמאָלס אָן האבּ איך שוין מער נישט ארױמגעזוּכט קיין אומזיסטע לערערס און זיך שוֹין מער נישט פאַרנוּמען מיט די טרוקענע לימוּדים, וועלכע זענען אזוֹי שווער געווען פאר מיין מוֹח, וועלכער האט פוּן קיין דיסציפלין קיינמאָל נישט געוואוּסט. ער קען מיך צוינגען? איך זיך דאָך נישט אינם לערנען קיין מאַטעריעלן צוועק, איך ווי? דאָך עס נישט מאכן פאר קיין קװואַ? צוּ ציען חיונה דערפון, מיין פארלאנג איז בּלוֹיז צוּ זיין אַ פוּלקאָמענער מענטש, צוּ קענען די וועלט אוּן דאס לעבּן, דעם מענטשן און זיך אלין,- צי דען קען

114