Druckschrift 
Ṿinṭer : roman / Y. Ḥ. Brener. Fun hebreish D. Malḳinווינטער / י. ח. ברענער. פון העברעיש ד. מאלקין
Seite
127
Einzelbild herunterladen

זייער אפט, איז נישט בּלוֹיז צוּליבּ מאטעריעלן נוצן, נאר אזוֹי זיך.. עפּעס אַ שגעון איז אין אים אריין די לעצטע יארן זיינע. פוּן דעמדאזיקן ,שגעון* לײידן שטארק זיינע שטובּיקע, וועלכע זעגען אין אַ גרוֹיסער צאל, בּאזינדערס די טעכטער, די ,כּלות, וואס זענען שווערלעך אוֹיף אַ שידוך", וועלכע בּאמיען זין צו פארדעקן פון לייטנס אוֹיגן זייער אָרימקיט דורך אן אריסטאקראטישער, בּאלעבּאטישער פירונג, וועלכע פארבּארגען מיטן ווייסן טישטוך, וואס אוֹיפן טיש, דאס פעלן פוּן בּרוֹיט. עפּעס אַ לוּפט דורכגעזאפּט מיט טרערן שוועבּט אין דערדאזיקער;אריסטאקרא:ישער נעסט". ,דער משוגענער טאטע* קומט שטענדיק אריין אין שטובּ מיט אַ מין אוֹיס" געצוֹיגענעם און משונה'דיקן קרעכץ פון אַ חוֹלה מסוכּן. ווער ווייס, אפשר וויל ער דערמיט בּארעכטיקן זיין שוּלד, זיין ליידיק-גיין, אדער זיין הוֹיוגעזינד האט אים נאך מער פיינט צוליבּ דעם. זיי האבּן אים פיינט, ווייל קיין זאך געפעלט אים נישט ק יין עסן שמעקט אים נישט, און ער בּייזערט זיך און שילט, און שליידערט אלץ פון די הענט, מאכט אָן געשרייען, זידלערייען, אַ חוֹרבּן, געוויינען...

-- דוּ, פייערמאן, קענסט נאך נישט דאס לעבּן!-- פלעגט חײמאָװיטש, דער זוּן אוֹיסגיסן פאר מיף זיין הארץ נאך אזעלכע מיני סצענעס- דוּ קענסט נישט װי ס'געהער צוּ זיין די גאנצע אכזריותדיקע אומנאָרמאלקייט, ואס איז אין דער בּוּרזשוּאַוער אָרדנוּנג און אין איר גייסט, פארשטייסט? אינם גייסט* גוּרזשואזן לעבּן. קוק זיך נאר צו: מײיַן פאָטער לייגט מען פאָר אַ בּאצאָלטן פּאָסטן אין דער חברה ,לינת הצדק"- אוּן ער װי?ל נישט אָננעמען. פארשטייסט? איצט איז זיין לאַגע אַ בּעסערע! דו קעגסט זיך, אלזאָ, פאָרשטעלן די סצענע, ואס איז געווען בּיי אונז אין שטובּ נאך דער מעשה. מיין עלטערע שוועסטער האט געחלשט צומלעצט... אָט טאקי דידאָזיקֶע שוועסטער מיינע... תּמיך שרייט זי, אז זי װאָלט בּעסער גצי װאָלט אנטלוֹיפן אין עק װעלט, איינגעשלונגען װערן אין די ערר,. איירער צוּ זיצן אין אַזוא שטו, אין אז דער עדכן 127